ב קארינטער בריוו 9
9
קאפיטל ניין
1ווארום וואס שייך דער עבודה פאר די קדושים, איז עס איבריק פאר מיר צו שרייבן צו אייך; 2ווארום איך קען אייער גוטן ווילן, צוליב וועלכן איך בארים מיך מיט אייך פאר די מאצעדאניער, אז אכאיא איז שוין געווען גרייט פון פאראיארן; און אייער אייפריקייט האט דערוועקט זייער פיל פון זיי. 3איך האב אבער געשיקט די ברידער, כדי אונדזער בארימען זיך מיט אייך זאל נישט זיין אומזיסט אין דער דאזיקער זאך, כדי, ווי איך האב געזאגט, איר זאלט זיין צוגעגרייט, 4טאמער וועלן קומען מאצעדאניער מיט מיר און אייך געפינען נישט צוגעגרייט, וועלן מיר פארשעמט ווערן—איך וויל נישט זאגן: איר—אין דעם דאזיקן בטחון. 5איך האב עס דעריבער געהאלטן פאר נויטווענדיק צו בעטן די ברידער, אז זיי זאלן גיין פארויס צו אייך, און פון פריער צוגרייטן אייער שוין לאנגצוגעזאגטע ברכה, אז די דאזיקע זאל זיין גרייט ווי א ברכה, און נישט ווי אן אויספרעסונג.
6(באדענקט אייך) אבער דאס דאזיקע: ווער עס פארזייט מיט א קארגער האנט, דער וועט אויך האבן א קארגן שניט; און דער, וועלכער זייעט מיט ברכה, וועט אויך שניידן מיט ברכה. 7יעדער איינער (זאל טאן) ווי ער האט זיך פארגענומען אין הארצן, נישט מיט באדויערן אדער אויס צוואנג; ווארום א פריילעכן געבער האט ה׳ ליב! 8און ה׳ קען אייך משפיע זיין יעדן חסד, כדי איר, האבנדיק תמיד אין אלעם גענוג, זאלט זיך פיל מערן צו כלערליי מעשים טובים; 9ווי עס שטייט געשריבן:
ער האט צעשפרייט,
ער האט געגעבן צו די ארעמעלייט;
זיין גערעכטיקייט בלייבט אויף אייביק.
(תהלים קיב, ט.)
10און דער, וועלכער גיט זאמען דעם זייער און ברויט צום עסן, וועט געבן און פארפילפאכן אייער זאמען, און מאכן וואקסן די פרוכט פון אייער צדקה; 11כדי איר זאלט אין אלעם רייך ווערן צו יעדער וואוילטעטיקייט, וועלכע ווירקט א שבח צו ה׳ דורך אונדז. 12ווייל דאס אפריכטן פון דער דאזיקער עבודה נישט נאר פילט אָן די נויטן פון די קדושים, נאר עס פארמערט זיך אויך דורך פיל דאנק צו ה׳; 13און צוליב דעם באווייז פון דער דאזיקער עבודה לויבן זיי ה׳ פאר דער געהארכזאמקייט פון אייער מודה זיין זיך פון דער גוטער בשורה פונם משיח, און פאר דער אויפריכטיקייט פון דער חברותאשאפט לגבי זיי און לגבי אלעמען; 14און זיי אליין, דורך תפילות פאר אייערטוועגן, בענקען זיי נאך אייך צוליב דעם שפעדיקן חסד פון ה׳ אויף אייך. 15א שבח צו ה׳ פאר זיין אומאויסשפרעכלעכער מתנה!
Currently Selected:
ב קארינטער בריוו 9: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.