YouVersion Logo
Search Icon

ב קארינטער בריוו 11

11
קאפיטל עלף
1הלוואי וואלט איר אביסל אויסגעהאלטן מיין נארישקייט; און דאך האלט איר עס אויס פון מיר. 2ווארום איך אייפער פאר אייך מיט א ג‑טלעכער אייפערזוכט, ווייל איך האב אייך פארקנסט צו איין מאן, ווי א לויטערע בתולה פארצושטעלן פאר דעם משיח. 3איך פארכט מיך אבער, טאמער, ווי די שלאנג האט פארפירט חוהן מיט איר כיטרעקייט, וועלן אייערע געדאנקען פארדארבן ווערן פון דער אויפריכטיקייט און לויטערקייט לגבי דעם משיח. 4ווארום אויב דער, וועלכער קומט, דרשנט אן אנדערן יהושע/ישוע, וואס מיר האבן נישט געדרשנט, אדער איר זענט מקבל אן אנדערן גייסט, וועלכן איר האט נישט מקבל געווען, אדער אן אנדערע גוטע בשורה וואס איר האט נישט אנגענומען, דערטראגט איר (אים) וואויל. 5ווארום איך מיין, אז איך בין גארנישט הינטערשטעליק די גרעסטע שליחים. 6און אויב אפילו איך בין פראסט אין רעדן, אבער נישט אין וויסן; נאר אויף יעדן אופן האבן מיר זיך אנטפלעקט אין אלעם צו אייך. 7אדער האב איך דערמיט געטאן א זינד, דערנידעריקנדיק זיך אליין, כדי איר זאלט דערהייבט ווערן, ווייל איך האב אייך אנגעזאגט די גוטע בשורה פון ה׳ בחינם? 8אנדערע קהלות האב איך בארויבט, נעמענדיק שכירות, כדי אייך צו דינען; 9און בשעת איך בין געווען ביי אייך און האב געליטן נויט, בין איך קיינעם נישט געפאלן צו לאסט; ווארום די ברידער, וואס זענען געקומען פון מאצעדאניען, האבן פול אנגעפילט מיין נויט; און אין אלעם האב איך מיך געהיטן נישט (צו זיין) קיין לאסט פאר אייך, און וועל מיך נאך היטן. 10אזוי געוויס ווי משיחס אמת איז אין מיר, אז די דאזיקע בארימונג וועט מיר קיינער נישט פארווערן אין די געגנטן פון אכאיא. 11פארוואס? ווייל איך האב אייך נישט ליב? ה׳ ווייסט. 12נאר וואס איך טו, וועל איך אויך טאן, כדי איך זאל אפשניידן די געלעגנהייט פון די, וואס זוכן א געלעגנהייט; כדי אין דעם, מיט וועלכן זיי בארימען זיך, זאלן זיי געפונען ווערן אויך אזוי, ווי מיר. 13ווארום אזעלכע (מענטשן) זענען פאלשע שליחים, באטריגערישע ארבעטער, וואס פארשטעלן זיך פאר שליחים פון דעם משיח. 14און עס איז נישט קיין וואונדער; ווייל דער שׂטן אליין פארקליידט זיך פאר א מלאך פון ליכט. 15עס איז דעריבער נישט קיין גרויסע זאך, אויב אפילו זיינע משרתים פארקליידן זיך ווי משרתים פון צדקות; וועמעס סוף וועט זיין לויט זייערע מעשים.
16ווידער זאג איך: זאל מיך קיינער נישט האלטן פאר א נאר; און אויב דאך, טא זאלט איר זשע מיך אויפנעמען ווי א נאר, כדי איך זאל מיך אויך אביסל בארימען. 17וואס איך רעד, רעד איך נישט לויט דעם האר, נאר ווי אין נארישקייט, אין דער דאזיקער כוונה פון בארימונג. 18ווייל א סך בארימען זיך לויט דעם פלייש, וועל איך מיך אויך (אזוי) בארימען. 19ווארום איר פארטראגט גערן די נאראנים, זייענדיק (אליין) חכמים. 20ווארום איר פארטראגט עס, ווען איינער פארשקלאפט אייך, ווען איינער עסט אייך אויף, ווען איינער נעמט אייך (געפאנגען), ווען איינער דערהייבט (זיך), ווען איינער שלאגט אייך אין פנים אריין. 21צו אונדזער חרפה זאג איך עס, גלייך ווי מיר וואלטן שוואך געווארן. נאר מיט וועלכן עמיצער איז שטאלץ, איך רעד נארישקייט, (דערמיט) וועל איך אויך זיין שטאלץ. 22זיי זענען עברים? איך בין אויך. זיי זענען ישראלים? איך אויך. זיי זענען אברהמס זאמען? איך אויך. 23זיי זענען משיחס דינער?—איך רעד ווי פון משוגע—איך נאך מער; א סך מער אין ארבעט, א סך מער אין תפיסות, אין שלעק איבער דער מאס, פילמאל אין סכנות נפשות. 24פון יידן האב איך פינף מאל באקומען פערציק שלעק ווייניקער איינעם. 25דריי מאל האט מען מיך געשמיסן מיט ריטער, איינמאל בין איך געשטייניקט געווארן, דריי מאל האב איך געליטן שיפבראך, א טאג מיט א נאכט האב איך פארברענגט אין דער טיפעניש (פון ים); 26א סך מאל אונטערוועגנס, אין סכנות פון טייכן, אין סכנות פון גזלנים, אין סכנות פון (מיין אייגן) פאלק, אין סכנות פון אומות (העולם), אין סכנות אין שטאט, אין סכנות אין דער מדבר, אין סכנות אויפן ים, אין סכנות צווישן פאלשע ברידער; 27אין פראצע און הארעוואניע, אפטמאל אָן שלאף ביינאכט, אין הונגער און אין דורשט, אפטמאל אין תעניתים, אין קעלט און נאקעט (און בלויז). 28אחוץ די אויסערלעכע זאכן, (נאך דאס), וואס קומט אויף מיר טאג טעגלעך—די דאגה פאר אלע קהלות. 29ווער איז שלאף, און איך בין נישט שלאף? ווער ווערט פארפירט צום שטרויכלען? און איך צינד מיך נישט אָן? 30אויב איך מוז מיך בארימען, וועל איך מיך בארימען מיט מיין שלאפקייט. 31דער ג‑ט און פאטער פון דעם האר יהושע/ישוע, ער, וועלכער איז געלויבט אויף אייביק, ווייסט, אז איך זאג נישט קיין שקר. 32אין דמשק האט דער גובערנאטאר פון דעם קעניג ארעטאס באוואכט די שטאט דמשק, כדי מיך צו כאפן; 33און מען האט מיך אראפגעלאזט דורך א פענצטער אין א קארב איבער דער מויער, און איך בין אנטרינען פון זיינע הענט.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in