א קארינטער בריוו 2
2
קאפיטל צוויי
1און איך, ברידער, קומענדיק צו אייך, בין נישט געקומען מיט הויכער מליצה אדער חכמה, אייך אנצוזאגן דאס עדות פון ה׳. 2ווארום איך האב מיר פארגענומען גארנישט צו וויסן צווישן אייך, אחוץ יהושע/ישוע המשיחן, און אים אלס אויפגעהאנגען אויף דער בוים. 3און בין געווען ביי אייך אין שלאפקייט און אין פורכט און אין גרויס ציטערניש. 4און דאס ווארט מיינס און מיין דרשענען זענען נישט געווען מיט איבעררעדנדיקע ווערטער פון חכמה, נאר מיט דערווייזונג פון גייסט און גבורה, 5כדי אייער אמונה זאל נישט זיין אין מענטשלעכער חכמה, נאר אין דער גבורה פון ה׳.
6חכמה אבער רעדן מיר צווישן די שלמותדיקע, דאך נישט די חכמה פון עולם הזה, אויך נישט פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט, וועלכע ווערן פארלוירן; 7נאר מיר רעדן די חכמה פון ה׳ אין א סוד, די פארבארגענע (חכמה), וועלכע ה׳ האט פון פארצייטנס פארויסבאשטימט פאר אונדזער כבוד וועגן; 8וואס קיינער פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט האט זי נישט געקענט; ווייל וואלטן זיי זי יא געקענט, וואלטן זיי נישט אויפגעהאנגען אויף דער בוים דעם האר פון כבוד; 9נאר ווי עס שטייט געשריבן:
וואס אויג האט נישט געזען,
און אויער האט נישט געהערט,
און עס איז נישט געקומען אויף א מענטשנס הארצן,
דאס האט ה׳ צוגעגרייט פאר די, וועלכע האבן אים ליב.
(ישעיהו סד, ג.)
10צו אונדז אבער האט ה׳ עס אנטפלעקט דורך זיין גייסט; ווארום דער גייסט פארשט אלץ אויס, אפילו די טיפענישן פון ה׳. 11ווארום ווער צווישן מענטשן ווייסט וואס (עס טוט זיך) אין א מענטשן, אויב נישט דעם מענטשנס גייסט אין אים? אויך אזוי ווייסט קיינער נישט וואס עס איז אין ה׳, אחוץ ה׳ס גייסט. 12און מיר האבן נישט באקומען דעם גייסט פון דער וועלט, נאר דעם גייסט, וואס איז פון ה׳; כדי מיר זאלן וויסן, וואס עס איז אונדז געשענקט געווארן פון ה׳. 13דערפון רעדן מיר אויך מיט ווערטער, וועלכע נישט מענטשלעכע חכמה לערנט, נאר וועלכע דער רוח הקודש לערנט; פארגלייכנדיק רוחניותדיקע זאכן מיט רוחניותדיקע. 14דער נאטירלעכער מענטש אבער נעמט נישט אָן דאס (וואס קומט) פון ה׳ס גייסט; ווייל עס איז א נארישקייט פאר אים; און ער קען עס (גאר) נישט פארשטיין ווייל עס מוז געמשפט ווערן אויף א רוחניותדיקן אופן. 15דער רוחניותדיקער (מענטש)—(איש הרוח)—אבער משפט אלץ, און ווערט אליין פון קיינעם נישט געמשפט. 16ווארום ווער האט געקענט דעם גייסט פון דעם האר (ג‑ט), אז ער זאל אים (עפעס) לערנען? מיר אבער האבן דעם גייסט פונם משיח. (ישעיהו מ, יג.)
Currently Selected:
א קארינטער בריוו 2: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.