א קארינטער בריוו 3
3
קאפיטל דריי
1און איך, ברידער, האב נישט געקענט רעדן צו אייך ווי צו רוחניותדיקע (מענטשן) נאר ווי צו פליישלעכע, ווי צו זייגעדיקע קינדער אינם משיח. 2מילך האב איך אייך געגעבן צו טרינקען, נישט קיין מאכל; ווארום איר האט עס נישט געקענט פארטראגן; און אפילו איצט קענט איר עס נאך אויך נישט פארטראגן; 3ווייל איר זענט נאך אלץ פליישלעך; ווארום כל זמן עס איז דא צווישן אייך קנאה און קריגעריי, זענט איר דען נישט פליישלעך און לעבט ווי (פשוטע) מענטשן? 4ווארום ווען איינער זאגט: איך בין פון פוילוסן; און אן אנדערער: איך בין פון אפאלאסן: זענט איר (דען) נישט (פשוטע) מענטשן? 5וואס איז דען אפאלאס? און וואס פוילוס? נאר משרתים, דורך וועלכע איר האט געגלויבט; און יעדער איינער, ווי דער האר האט אים געגעבן. 6איך האב געפלאנצט, אפאלאס האט באוואסערט; ה׳ אבער האט געמאכט וואקסן. 7אזוי ארום איז שוין דער פלאנצער גארנישט, און דער באוואסערער גארנישט; נאר ה׳, וועלכער מאכט וואקסן. 8דער פלאנצער און דער באוואסערער זענען איינס; און יעדער וועט באקומען זיין אייגענעם שכר לויט זיין אייגענער פראצע. 9ווארום מיר זענען ה׳ס מיטארבעטער: ה׳ס אקערפעלד, ה׳ס בנין זענט איר.
10לויט דעם חסד פון ה׳, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האב איך ווי א קלוגער בוימייסטער געלייגט א יסוד; אן אנדערער אבער בויט (דערויף). זאל זשע יעדער אכטונג געבן, וויאזוי ער טוט דערויף בויען. 11ווארום קיינער קען נישט לייגן קיין אנדערן יסוד, אחוץ דעם, וואס ליגט (שוין), וועלכער איז יהושע/ישוע המשיח. 12אויב אבער עמיצער בויט אויף דעם דאזיקן יסוד גאלד, זילבער, טייערע שטיינער, האלץ, היי, שטרוי, 13וועט יעדנס ארבעט אנטפלעקט ווערן; ווארום דער טאג וועט עס מאכן (באשיימפערלעך) קלאר, ווייל עס וועט זיך אנטפלעקן דורך פייער; און דאס פייער אליין וועט אויספרובירן יעדנס ארבעט, פון וואס פאר א מין זי איז. 14וועט עמיצנס ארבעט, וואס ער האט דערויף געבויט, בלייבן (שטיין), וועט ער באקומען א שכר. 15וועט עמיצנס ארבעט פארברענט ווערן, וועט ער ליידן שאדן; אליין אבער וועט ער ניצול ווערן; דאך ווי דורך פייער.
16צי ווייסט איר (דען) נישט, אז איר זענט ה׳ס היכל, און אז דער גייסט פון ה׳ וואוינט אין אייך? 17אויב עמיצער צעשטערט ה׳ס היכל, וועט ה׳ אים צעשטערן; ווייל ה׳ס היכל איז הייליק, און איר זענט עס.
18זאל זיך קיינער נישט באטריגן. אויב עמיצער צווישן אייך מיינט, אז ער איז א חכם אין דער וועלט, זאל ער ווערן צו נאר, כדי ער זאל ווערן קלוג. 19ווארום די חכמה פון דער דאזיקער וועלט איז טפשות ביי ה׳; ווייל עס שטייט געשריבן: ער פאנגט די חכמים אין זייער כיטרעקייט; (איוב ה, יג.) 20און ווידער: דער האר ווייסט די מחשבות פון די חכמים, אז זיי זענען פוסט. (תהלים צד, יא.) 21זאל זיך דערפאר קיינער נישט בארימען מיט מענטשן. ווארום אלץ איז אייערס, 22צי פוילוס, צי אפאלאס, צי כיפא, צי די וועלט, צי דאס לעבן, צי דער טויט, צי דאס קעגנווערטיקע, צי דאס צוקונפטיקע: אלץ געהערט צו אייך, 23און איר צום משיח, און דער משיח צו ה׳.
Currently Selected:
א קארינטער בריוו 3: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.