א קארינטער בריוו 16
16
קאפיטל זעכצן
1און וואס שייך דער געלטזאמלונג פאר די קדושים (אין ירושלים), ווי איך האב באפוילן די קהלות פון גאלאטיען, פונקט אזוי זאלט איר אויך טאן. 2יעדן ערשטן טאג פון דער וואך, זאל יעדער איינער פון אייך אוועקלייגן (עפעס) פאר זיך און אפשפארן, אויף וויפל ער האט מצליח געווען, כדי ווען איך וועל קומען, זאלן דעמאלט נישט געמאכט ווערן קיין זאמלונגען. 3און ווען איך וועל אנקומען, וועל איך שיקן מיט בריוו די דאזיקע, וועלכע איר וועט האלטן פאר ראוי אוועקצוטראגן אייער נדבה קיין ירושלים; 4און אויב עס וועט זיין ווערט די מי, אז איך זאל אויך פארן, וועלן זיי פארן מיט מיר. 5און איך וועל קומען צו אייך, ווען איך וועל האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען; ווארום איך גיי איבער מאצעדאניען; 6ביי אייך אבער וועל איך אפשר איבערבלייבן, אדער אפילו איבערווינטערן, כדי איר זאלט מיך ארויסבאגלייטן, וואו איך זאל נאר רייזן. 7ווארום איך וויל אייך איצט נישט זען אויף דער דורכרייזע; ווייל איך פארהאף צו בלייבן ביי אייך א געוויסע צייט, אם ירצה ה׳. 8אין עפעזוס אבער וועל איך בלייבן ביז שבועות; 9ווארום א גרויסע טיר פון טעטיקייט איז מיר געעפנט געווארן, און עס זענען דא א סך קעגנער.
10ווען אבער טימאטעוס וועט קומען, זאלט איר זען, אז ער זאל זיין ביי אייך אָן מורא; ווייל ער טוט דעם הארס ווערק, ווי איך אליין; 11דעריבער זאל אים קיינער נישט מבזה זיין. נאר איר זאלט אים אוועקשיקן בשלום, כדי ער זאל קומען צו מיר; ווארום איך ווארט אויף אים מיט די ברידער. 12און וואס שייך דעם ברודער אפאלאס, האב איך אים זייער פיל געבעטן צו קומען צו אייך מיט די ברידער; און ער האט בכלל איצט נישט געוואלט קומען; נאר ער וועט קומען, ווען ער וועט האבן א געלעגנהייטלעכע צייט.
13וואכט, שטייט פעסט אין דער אמונה, זייט מענער, שטארקט זיך. 14זאלן אלע אייערע (מעשים) געטאן ווערן מיט ליבע.
15און איך בעט אייך, ברידער, איר קענט (דאך) סטעפאנאסנס הויז, אז עס איז געווען די ערשטע פרוכט פון אכאיא, און זיי האבן זיך געווידמעט צו דער עבודה לטובת די קדושים, 16אז איר אויך זאלט זיך אונטערטעניקן צו אזעלכע, און צו יעדן, וואס ארבעט מיט און באמיט זיך. 17און איך פריי מיך אויף דעם אנקומען פון סטעפאנאסן און פארטונאטוסן און אכאיקוסן, ווייל וואס עס פעלט מיר פון אייער צד, האבן זיי ממלא געווען. 18ווארום זיי האבן דערפרישט מיין גייסט און אייערן; דעריבער זאלט איר אפגעבן אנערקענונג צו אזעלכע.
19די קהלות פון (קליין) אזיען געבן אייך אפ שלום. אקווילא און פריסקא, צוזאמען מיט דער קהלה אין זייער הויז, געבן אייך אפ שלום זייער פיל אין דעם האר. 20אלע ברידער געבן אייך אפ שלום. גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט דעם הייליקן קוש. 21דער גרוס פון מיר, פוילוס, מיט מיין אייגענער האנט. 22אויב עמיצער האט נישט ליב דעם האר, זאל ער זיין אין חרם. מרן אתא. 23זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע זיין מיט אייך. 24מיין ליבע איז מיט אייך אלעמען אינם משיח יהושע/ישוע. אמן.
Currently Selected:
א קארינטער בריוו 16: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.