YouVersion Logo
Search Icon

ב קארינטער בריוו 1

1
1פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע דורך ה׳ס רצון, און טימאטעוס, דער ברודער, צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע געפינט זיך אין קארינט, צוזאמען מיט אלע הייליקע, וואס זענען אין גאנץ אכאיא: 2חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.
3געלויבט איז דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער אב הרחמים און ג‑ט פון יעדער נחמה; 4וועלכער טרייסט אונדז אין אלע אונדזערע צרות, כדי מיר זאלן קענען טרייסטן די, וואס געפינען זיך אין וועלכער נישט איז צרה, מיט דער טרייסט, מיט וועלכער מיר אליין ווערן געטרייסט פון ה׳. 5ווייל פונקט ווי דעם משיחס ליידן פארמערן זיך אויף אונדז, אזוי פארמערט זיך אויך דורך דעם משיח אונדזער נחמה. 6און ליידן מיר צרות, איז עס פאר אייער טרייסט און ישועה; ווערן מיר געטרייסט, איז עס פאר אייער טרייסט, וואס באווייזט זיך ווירקזאם אין דערטראגן סבלנותדיק די זעלביקע יסורים, וועלכע מיר אליין ליידן אויך; 7און אונדזער האפענונג וועגן אייך שטייט פעסט, ווייל מיר ווייסן, אז ווי איר זענט אנטיילנעמער אין די ליידן, אזוי וועט איר אויך זיין (אנטיילנעמער) אין דער נחמה. 8ווארום מיר ווילן נישט, אז איר זאלט נישט וויסן, ברידער, וועגן דער צרה, וואס איז אונדז געשען אין (קליין) אזיען, אז זייער פיל איבער די כוחות זענען מיר געדריקט געווארן, אזוי, אז מיר האבן זיך אפילו מיאש געווען אפילו פונם לעבן; 9יא, מיר אליין האבן געהאט אין זיך דעם אורטייל פון טויט, כדי מיר זאלן נישט האבן קיין בטחון אויף זיך אליין, נאר אויף ה׳, וועלכער איז מחיה מתים; 10וועלכער האט אונדז מציל געווען פון אזא גרויסן טויט, און וועט מציל זיין; צו וועמען מיר האבן געהאפט, אז ער וועט נאך מציל זיין; 11בשעת איר טוט אויך מיטהעלפן מיט אייער תפילה טאן פאר אונדז; כדי פאר דער מתנה, וואס איז אונדז געגעבן געווארן פון א סך פערזאנען, זאלן א סך אפגעבן א שבח פאר אונדזערטוועגן.
12ווארום אָט דאס דאזיקע איז אונדזער בארימונג, דאס עדות זאגן פון אונדזער געוויסן, אז אין קדושה און אין אויפריכטיקייט פאר ה׳, נישט אין פליישלעכער חכמה נאר אין ה׳ס חסד, האבן מיר געלעבט אין דער וועלט, און דער עיקר ביי אייך. 13ווארום מיר שרייבן אייך נישט עפעס אנדערש, נאר ווי איר לייענט אדער פארשטייט, און איך בין בטוח, אז איר וועט עס פארשטיין ביז צום סוף; 14אזוי ווי איר האט אונדז שוין טיילווייז פארשטאנען, אז מיר זענען אייער רום, ווי איר זענט אויך אונדזער (רום) אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע.
15און אין דעם דאזיקן בטחון האב איך צום ערשט געוואלט קומען צו אייך, כדי איר זאלט האבן א צווייפאכן חסד, 16און דורך אייך צו גיין קיין מאצעדאניען, און ווידער פון מאצעדאניען צו קומען צו אייך, און פון אייך באגלייט צו ווערן צו דעם (לאנד) יהודה. 17און וועלנדיק דאס דאזיקע, האב איך דען ארויסגעוויזן לייכטזיניקייט? אדער די זאכן, וועלכע איך פלאן, צי פלאן איך דען לויטן פלייש, כדי עס זאל זיין ביי מיר (אין דער זעלביקער צייט) דאס יא, יא און דאס ניין, ניין? 18נאר ה׳ איז געטריי, אז אונדזער ווארט צו אייך איז נישט יא און ניין. 19ווארום דער זון פון דער אויבערשטער, יהושע/ישוע המשיח, וועלכער איז דורך אונדז געדרשנט געווארן צווישן אייך, דורך מיר און סילוואנוסן און טימאטעוסן, איז נישט געווען יא און ניין; נאר עס איז (תמיד) געווען יא אין אים; 20ווארום וויפל הבטחות פון ה׳ עס איז פאראן, אין אים איז דאס יא; דערפאר איז אויך דורך אים דער אמן, צו ה׳ס כבוד דורך אונדז. 21און דער, וועלכער האט אונדז צוזאמען מיט אייך געגרונטפעסטיקט אין דעם משיח און אונדז געזאלבט, איז ה׳, 22וועלכער האט אונדז אויך געחתמעט און געגעבן אין אונדזערע הערצער דעם ערבון פון דעם גייסט.
23איך אבער רוף ה׳ אלס עדות אויף מיין נשמה, אז כדי אייך צו שוינען בין איך נאך נישט געקומען קיין קארינט. 24נישט אז מיר הערשן איבער אייער אמונה, נאר מיר זענען מיטהעלפער פון אייער שמחה; ווארום איר שטייט פעסט אין דער אמונה.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in

Videos for ב קארינטער בריוו 1