א קארינטער בריוו 15
15
קאפיטל פיפצן
1און איך לאז אייך וויסן, ברידער, (נאכאמאל) די גוטע בשורה, וואס איך האב אייך אנגעזאגט, וועלכע איר האט אויך אנגענומען, און אין וועלכער איר שטייט פעסט, 2דורך וועלכער איר ווערט אויך געראטעוועט; אויב איר האלט דאס ווארט, וואס איך האב אייך אנגעזאגט; אחוץ, אז איר האט אומזיסט געגלויבט. 3ווארום קודם כל האב איך אייך איבערגעגעבן, וואס אויך איך האב מקבל געווען, אז משיח איז געשטארבן פאר אונדזערע זינד לויט די כתבי (הקודש); (ישעיהו נג, ה-יב.) 4און אז ער איז נקבר געווארן; און אז ער איז אויפגעשטאנען דעם דריטן טאג לויט די כתבי (הקודש); (תהלים טז, י.) 5און אז ער האט זיך באוויזן צו כיפאן; שפעטער צו די צוועלף; 6דערנאך האט ער זיך באוויזן צו מער ווי פינף הונדערט ברידער אויף איינמאל, דאס רוב פון וועלכע לעבט נאך ביז איצט, אייניקע אבער זענען שוין איינגעשלאפן; 7שפעטער האט ער זיך באוויזן צו יעקבן; נאך דעם צו אלע שליחים; 8און צו לעצט נאך אלעמען האט ער זיך באוויזן אויך צו מיר, וואס איך בין גלייך צו א מפיל קינד. 9ווארום איך בין דער סאמע קלענסטער פון די שליחים, און בין נישט ווערט גערופן צו ווערן שליח, ווייל איך האב פארפאלגט די קהלה פון ה׳. 10נאר דורך ה׳ס חסד בין איך, וואס איך בין; און זיין חסד צו מיר איז נישט געווען ארויסגעווארפן; נאר איך האב געהארעוועט מער פון זיי אלעמען; דאך נישט איך, נאר ה׳ס חסד, וואס איז מיט מיר. 11דעריבער צי איך, צי זיי, אזוי דרשענען מיר, און אזוי האט איר געגלויבט.
12אויב אבער פון משיח ווערט געדרשנט, אז ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, וויאזוי זאגן דאס אייניקע צווישן אייך, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים? 13און אויב עס איז נישטא קיין תחית המתים, איז אויך משיח נישט אויפגעשטאנען; 14און אויב משיח איז נישט אויפגעשטאנען, איז טאקע אונדזער דרשענען פוסט, און אייער אמונה איז אויך אומזיסט. 15און מיר געפינען זיך אויך ווי פאלשע עדות פון ה׳; ווייל מיר האבן עדות געזאגט קעגן ה׳, אז ער האט אויפגעוועקט דעם משיח; וועמען ער האט נישט אויפגעוועקט, אויב די טויטע וועלן טאקע נישט אויפשטיין. 16ווארום אויב די טויטע וועלן נישט אויפשטיין, איז אויך משיח נישט אויפגעשטאנען; 17און אויב משיח איז נישט אויפגעשטאנען, איז אייער אמונה, אָן א זין; און איר זענט נאך אין אייערע זינד. 18אין דעם פאל זענען אפילו די איינגעשלאפענע אין דעם משיח פארלוירן געווארן. 19אויב מיר האבן געזעצט אונדזער האפענונג אויף דעם משיח בלויז אויף דעם דאזיקן לעבן, זענען מיר די עלנטסטע פון אלע מענטשן.
20איצט אבער איז משיח יא אויפגעשטאנען פון די טויטע, אלס די ראשית בכורים פון די איינגעשלאפענע. 21ווארום ווי דער טויט איז געקומען דורך א מענטשן, אזוי איז אויך תחית המתים דורך א מענטשן. 22ווארום ווי אין אדם (הראשון) שטארבן אלע, אזוי וועלן אויך אין דעם משיח אלע לעבעדיק געמאכט ווערן. 23און יעדער איינער אין זיין סדר: משיח אלס ערשטלינג, דאן די, וועלכע זענען דעם משיחס, ביי זיין קומען. 24נאך דעם דער קץ, ווען ער וועט איבערגעבן דאס קעניגרייך צו ג‑ט דעם פאטער; ווען ער וועט בטל מאכן יעדע ממשלה און יעדע הערשאפט און מאכט. 25ווארום ער דארף קעניגן, ביז ער וועט לייגן אלע זיינע פיינט אונטער זיינע פיס. (תהלים קי, א.) 26דער לעצטער שונא אפגעשאפט צו ווערן, איז דער טויט. 27ווארום אלץ האט ער געלייגט אונטער זיינע פיס. און ווען ער זאגט, אז אלץ איז געלייגט, איז קלאר, אז עס איז מיט דעם אויסנאם פון אים, וועלכער האט אלץ געלייגט אונטער אים. 28און ווען אלץ וועט זיין געלייגט אונטער אים, דעמאלט וועט אויך דער זון אליין זיך אונטערטעניקן צו אים, וועלכער האט אלץ געלייגט אונטער אים, כדי ה׳ זאל זיין אלץ אין אלעם.
29ווען נישט, וואס וועלן טאן די, וועלכע זענען זיך טובל אין דער מקווה ”פאר די טויטע“ (ציטירן ניטציטירן)? אויב די טויטע וועלן גארנישט אויפשטיין, פארוואס זאל מען זיך נאך טובל זיין אין דער מקווה ”פאר זייערטוועגן“ (ציטירן ניטציטירן)? 30און פארוואס שטייען מיר אין סכנה יעדע שעה? 31איך שטארב טאג טעגלעך, איך פארזיכער עס ביי אייער בארימונג, ברידער, וואס איך האב אינם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן. 32אויב איך האב געקעמפט פשוט ווי א מענטש מיט די ווילדע חיות אין עפעזוס, וואס נוצט עס מיר? אויב די טויטע שטייען נישט אויף, לאמיר עסן און טרינקען, ווארום מארגן שטארבן מיר! (ישעיהו כב, יג.) 33באטריגט זיך נישט אליין; שלעכטע חברותא פארדארבן גוטע מידות. 34ווערט ניכטערן ווי עס געהער צו זיין, און זינדיקט נישט; ווארום אייניקע (צווישן אייך) קענען נישט ה׳; צו אייער חרפה זאג איך עס.
35נאר עמיצער וועט זאגן: וויאזוי שטייען די טויטע אויף? און מיט וואס פאר א קערפער קומען זיי? 36דו נאר, וואס דו פארזייסט, ווערט נישט לעבעדיק געמאכט, ווען עס שטארבט נישט; 37און וואס דו פארזייסט, פארזייסט דו נישט דעם קערפער, וואס וועט זיין, נאר בלויז א קערנדל, פילייכט פון ווייץ, אדער פון עפעס אנדערש. 38ה׳ אבער גיט אים א גוף, ווי ער וויל, און יעדן איינעם זאמען זיין אייגענעם קערפער. 39נישט יעדעס פלייש איז (איין און) דאס זעלביקע פלייש; נאר אן אנדערס (איז דאס פלייש) פון מענטשן, און אן אנדערס איז דאס פלייש פון בהמות, און אן אנדערס איז דאס פלייש פון עופות, און אן אנדערס פון פיש. 40און עס זענען פאראן גופים הימלישע און גופים ערדישע; נאר דער כבוד פון די הימלישע איז אן אנדערער, און פון די ערדישע אן אנדערער. 41די זון האט אן אנדערן כבוד, און די לבנה האט אן אנדערן כבוד, און די שטערן האבן אן אנדערן כבוד; ווארום איין שטערן אונטערשיידט זיך פון אן (אנדערן) שטערן מיטן כבוד. 42פונקט אזוי איז אויך תחית המתים. עס ווערט פארזייט אין פארדארבלעכקייט, עס שטייט אויף אין אומפארדארבלעכקייט. 43עס ווערט פארזייט אין אומכבוד, עס שטייט אויף אין הערלעכקייט; עס ווערט פארזייט אין שלאפקייט, עס שטייט אויף מיט גבורה; 44עס ווערט פארזייט א נאטירלעכער גוף, עס שטייט אויף א רוחניותדיקער גוף. אויב עס איז פאראן א נאטירלעכער גוף, איז אויך פאראן א רוחניותדיקער. 45און אָט אזוי שטייט טאקע געשריבן: דער ערשטער מענטש, אדם, איז געווארן א לעבעדיקע זעל (בראשית ב, ז.); דער אדם האחרון צו א לעבעדיק מאכנדיקן גייסט. 46אבער דער ערשטער איז נישט דער רוחניותדיקער, נאר דער נאטירלעכער; דערנאך דער רוחניותדיקער. 47דער ערשטער מענטש איז פון דער ערד, ערדיש; דער צווייטער מענטש איז מן השמים. 48ווי דער ערדישער איז, אזוי זענען אויך די ערדישע; און ווי דער הימלישער איז, אזוי זענען אויך די הימלישע. 49און ווי מיר האבן געטראגן דאס געשטאלט פון דעם ערדישן, אזוי וועלן מיר אויך טראגן דאס געשטאלט פון דעם הימלישן.
50און דאס דאזיקע זאג איך, ברידער, אז בשר ודם קען נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳; אויך וועט דאס פארדארבלעכע נישט ירשענען די אומפארדארבלעכקייט. 51אָט זאג איך אייך א סוד: נישט אלע וועלן מיר איינשלאפן, נאר מיר וועלן אלע פארענדערט ווערן. 52אין א רגע, אין אן אויגנבליק, ביים לעצטן שופר; ווארום מען וועט בלאזן שופר, און די טויטע וועלן אויפשטיין אומפארדארבלעכע, און מיר וועלן פארענדערט ווערן. 53ווארום דאס דאזיקע פארדארבלעכע מוז זיך אנקליידן מיט אומפארדארבלעכקייט, און דאס דאזיקע שטערבלעכע מוז אנקליידן אומשטערבלעכקייט. 54ווען אבער דאס דאזיקע פארדארבלעכע וועט אנקליידן אומפארדארבלעכקייט, און דאס דאזיקע שטערבלעכע וועט אנקליידן אומשטערבלעכקייט, וועט דעמאלט מקוים ווערן דאס ווארט, וואס שטייט געשריבן:
פארשלונגען איז דער טויט אין זיג:
55אָ טויט, וואו איז דיין נצחון?
אָ טויט, וואו איז דיין גיפטיקער ביס?
(ישעיהו כה, ח; הושע יג, יד.)
56דער גיפטיקער ביס פונם טויט איז די זינד; און דער כוח פון דער זינד איז די געזעץ; 57אבער אדאנק זיי ה׳, וועלכער גיט אונדז דעם נצחון דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. 58דערפאר, געליבטע ברידער מיינע, זייט פעסט, אומבאוועגלעך, און מערט אייך תמיד אין דער זאך פון דעם האר, ווייל איר ווייסט, אז אייער פראצע איז נישט אומזיסט אינם האר.
Currently Selected:
א קארינטער בריוו 15: OYBC
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Brit Chadasha New Testament
© Artists for Israel International, 2022.