די שליחים געשיכטע 16

16
קאפיטל זעכצן
1און ער איז געקומען אויך קיין דערבע און ליסטרא, און זע, דארטן איז געווען א געוויסער תלמיד, מיטן נאמען טימאטעוס, א זון פון א יידישער גלויביק געווארענער פרוי, זיין פאטער אבער איז געווען א גריך; 2און ער האט געהאט א גוטן שם ביי די ברידער אין ליסטרא און איקאניען. 3אים האט פוילוס געוואלט האבן מיט זיך ארויסצוגיין, אויף דער נסיעה, און האט גענומען און אים מל געווען צוליב די יידן, וואס האבן זיך געפונען אין יענע מקומות; ווארום אלע האבן געוואוסט, אז זיין פאטער איז געווען א גריך. 4און ווי זיי זענען געגאנגען איבער די שטעט, האבן זיי איבערגעגעבן צו זיי אפצוהיטן די חוקים, וואס זענען באשלאסן געווארן פון די שליחים און זקנים אין ירושלים. 5און אזוי זענען די קהלות געשטארקט געווארן אין דער אמונה און האבן זיך פארמערט אין צאל פון טאג צו טאג.
6און זיי זענען דורכגעגאנגען פריגיען און דאס לאנד גאלאטיען, ווייל עס איז זיי פארווערט געווארן פון דעם רוח הקודש צו רעדן דאס ווארט אין אזיען; 7אנקומענדיק אבער קיין מיסיען, האבן זיי פארזוכט צו רייזן קיין ביטיניען, און דער גייסט פון יהושען/ישוען האט זיי נישט געלאזט; 8זענען זיי, פארבייגייענדיק מיסיען, אראפגעקומען קיין טראאס. 9און א חזיון האט זיך באוויזן צו פוילוסן ביינאכט: א מאצעדאניער איז געשטאנען און האט אים געבעטן און געזאגט: קום אריבער קיין מאצעדאניען און העלף אונדז. 10און נאך דעם ווי ער האט געזען דעם חזיון, האבן מיר גלייך געזוכט ארויסצוגיין קיין מאצעדאניען, ארויסדרינגענדיק, אז ה׳ האט אונדז גערופן אנצוזאגן צו זיי די גוטע בשורה.
11מיר האבן דעריבער געזעגלט פון טראאס און זענען געפארן אין א גראדער ריכטונג קיין סאמאטראציען, און דעם אנדערן טאג קיין נעאפאליס; 12און פונדאנען קיין פיליפי, וואס איז די ערשטע שטאט פון דעם טייל מאצעדאניען, א (רוימישע) קאלאניע, און אין דער דאזיקער שטאט האבן מיר פארברענגט אייניקע טעג. 13און דעם טאג פון שבת זענען מיר ארויסגעגאנגען אויסער דעם טויער צו א טייך, וואו מיר האבן זיך משער געווען, אז עס איז א בית התפילה; און האבן זיך אנידערגעזעצט און גערעדט מיט די פרויען, וואס זענען זיך צוזאמענגעקומען. 14און א ג‑טספארכטיקע פרוי, מיטן נאמען לידיא, א פארקויפערין פון פורפור, אויס דער שטאט טיאטירא, האט זיך צוגעהערט; וואס דער האר האט איר אויפגעמאכט דאס הארץ צו פארנעמען די רייד פון פוילוסן. 15און ווען זי איז געטובלט געווארן אין דער מקווה, און איר הויזגעזינד, האט זי (אונדז) געבעטן, אזוי צו זאגן: אויב איר האלט מיך פאר א גלויביקע אינם האר, קומט און שטייט איין אין מיין הויז. און האט אונדז שטארק געבעטן.
16און עס איז געשען, בשעת מיר זענען געגאנגען צום בית התפילה, אז א דינסטמיידל, וואס האט געהאט א גייסט פון נחוש (כישוף) פון ווארזאגער, האט אונדז באגעגענט; וואס פלעגט אריינגעברענגען אירע בעלי בתים א סך פארדינסט פון איר ווארזאגן. 17די זעלביקע האט נאכגעפאלגט פוילוסן און אונדז, און געשריגן, אזוי צו זאגן: די דאזיקע מענטשן זענען קנעכט פון דעם אלערהעכסטן ג‑ט, וועלכע זאגן אייך אָן א וועג פון רעטונג. 18דאס האט זי אבער געטאן במשך פון פיל טעג. און פוילוס איז דערפון טרויעריק געווארן, און האט זיך א קער געטאן און געזאגט צום גייסט: איך באפעל דיר אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן ארויסצוגיין פון איר. און ער איז ארויס פון איר אין דער זעלביקער שעה.
19און זעענדיק, אז די האפענונג פון זייער פארדינסט איז פארשווונדן, האבן אירע בעלי בתים געכאפט פוילוסן און סילאן, און זיי געשלעפט אין מארק אריין צו די מושלים, 20און ברענגענדיק זיי צו די פרעטארן, האבן זיי געזאגט: די דאזיקע מענטשן, וואס זענען יידן, שטערן די רו פון אונדזער שטאט, 21און לערנען מנהגים, וועלכע מיר טארן נישט אננעמען, אויך נישט האלטן, ווייל מיר זענען רוימער. 22און דער המון איז אויפגעשטאנען קעגן זיי, און די פרעטארן האבן פון זיי אראפגעריסן די מלבושים, און באפוילן מען זאל זיי שמייסן מיט ריטער. 23און באלייגנדיק זיי מיט א סך שלעק, האט מען זיי אריינגעווארפן אין תפיסה, באפעלנדיק דעם שומר זיי גוט צו היטן; 24וועלכער, באקומענדיק אזא באפעל, האט זיי אריינגעווארפן אין דעם אינערן געפענקעניש און פארגעשרויפט זייערע פיס אין דעם שטאק. 25ארום האלבער נאכט אבער בעת פוילוס און סילא האבן תפילה געטאן און געזונגען צו ה׳, און די געפאנגענע האבן זיך צוגעהערט צו זיי, 26איז פלוצלונג געווארן א גרויסע ערדציטערניש, אזוי, אז די פונדאמענטן פון דער תפיסה זענען דערשיטערט געווארן, און אין אן אויגנבליק האבן זיך אלע טירן אויפגעעפנט, און אלעמענס קייטן זענען לויז געווארן. 27און ווי דער תפיסה שומר האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף און געזען די טירן פון דער תפיסה אפן, האט ער ארויסגעצויגן זיין שווערד און זיך געוואלט דאס לעבן נעמען, מיינענדיק, אז די געפאנגענע זענען אנטלאפן. 28פוילוס אבער האט אויסגערופן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: טו דיר נישט קיין מעשה אָן, ווארום מיר זענען אלע דא. 29און ער האט פארלאנגט א ליכט, איז אריינגעשפרונגען, און ציטערנדיק איז ער אנידערגעפאלן פאר פוילוסן און סילאן, 30און האט זיי ארויסגעפירט אינדרויסן, און געזאגט: מיינע הארן, וואס זאל איך טאן, כדי געראטעוועט צו ווערן? 31און זיי האבן געזאגט: גלויב אין דעם האר יהושע/ישוע, און דו וועסט געראטעוועט ווערן און (אויך) דיין הויזגעזינד. 32און האבן גערעדט צו אים ה׳ס ווארט און צו אלעמען אין זיין הויז. 33און ער האט זיי גענומען אין יענער שעה פון דער נאכט און זיי אפגעוואשן די שלעק; און זיך גלייך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, ער אליין און אלע זיינע בני בית. 34און האט זיי אריינגעפירט אין זיין הויז, און געדעקט א טיש (פאר זיי), און זיך זייער געפריידט מיט זיין גאנץ הויזגעזינד, אז ער איז געווארן א מאמין אין ה׳.
35און ווען עס איז געווארן טאג, האבן די פרעטארן (שופטים) געשיקט די ליקטארן (פאליציי), אזוי צו זאגן: לאז ארויס יענע מענטשן. 36און דער תפיסה שומר האט דערציילט די דאזיקע ווערטער צו פוילוסן: די פרעטארן האבן געשיקט, אז מען זאל אייך אפלאזן; קומט זשע איצט ארויס, און גייט אייך לשלום. 37פוילוס אבער האט צו זיי געזאגט: זיי האבן אונדז געשלאגן עפנטלעך מיט ריטער, אָן א משפט, אונדז, וואס מיר זענען רוימישע מענטשן, און אונדז אריינגעווארפן אין תפיסה אריין, און איצט ווארפן זיי אונדז ארויס שטילערהייט? אזוי נישט, נאר טאקע זיי אליין זאלן קומען און אונדז ארויספירן. 38און די ליקטארן האבן דערציילט די דאזיקע רייד צו די פרעטארן, און זיי האבן מורא געהאט, הערנדיק, אז זיי זענען רוימער. 39און זענען געקומען און זיי מפייס געווען, און האבן זיי ארויסגעפירט און געבעטן, אז זיי זאלן אוועקגיין פון דער שטאט. 40און ווי זיי זענען ארויס פון דעם געפענקעניש, זענען זיי אריינגעגאנגען צו לידיאן; און זעענדיק זיך מיט די ברידער, האבן זיי זיי געטרייסט, און זענען ארויסגעגאנגען.

ที่ได้เลือกล่าสุด:

די שליחים געשיכטע 16: OYBC

เน้นข้อความ

คัดลอก

เปรียบเทียบ

แบ่งปัน

None

ต้องการเน้นข้อความที่บันทึกไว้ตลอดทั้งอุปกรณ์ของคุณหรือไม่? ลงทะเบียน หรือลงชื่อเข้าใช้