ארום האלבער נאכט אבער בעת פוילוס און סילא האבן תפילה געטאן און געזונגען צו ה׳, און די געפאנגענע האבן זיך צוגעהערט צו זיי, איז פלוצלונג געווארן א גרויסע ערדציטערניש, אזוי, אז די פונדאמענטן פון דער תפיסה זענען דערשיטערט געווארן, און אין אן אויגנבליק האבן זיך אלע טירן אויפגעעפנט, און אלעמענס קייטן זענען לויז געווארן.