YouVersion Logo
Search Icon

יְהוֹשועַ יב

יב
1און דאָס זײַנען די מלכים פֿון לאַנד װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשלאָגן, און געאַרבט זײער לאַנד אױף יענער זײַט יַרדן, צו זונאױפֿגאַנג, פֿון טאָל אַרנוֹן ביז באַרג חֶרמוֹן, און דעם גאַנצן פּלױן צו מזרח: 2סיחון דער מלך פֿון אֶמוֹרי װאָס איז געזעסן אין חֶשבוֹן, װאָס האָט געװעלטיקט פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן און אין מיטן טאָל, און איבער האַלב גִלעָד, און ביז דעם טײַך יַבוֹק, דעם געמאַרק פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, 3און איבער דעם פּלױן ביזן ים כִּנרוֹת, צו מזרח, און ביז דעם ים פֿון פּלױן, דעם יַם-הַמֶלַח, צו מזרח, אױפֿן װעג צו בֵית-ישימוֹת; און אין דָרום, אונטער די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסגָה. 4און דער געמאַרק פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן, פֿון דעם רעשט פֿון די רפֿאים, װאָס איז געזעסן אין עַשתָּרוֹת, און אין אֶדרֶעִי, 5און האָט געװעלטיקט איבער באַרג חֶרמוֹן, און איבער סַלכָה, און איבער גאַנץ בָשָן, ביז דעם געמאַרק פֿון דעם גשורי, און דעם מַעֲכָתי, און איבער האַלב גִלעָד – דעם געמאַרק פֿון סיחון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן. 6משה דער קנעכט פֿון ה׳, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן זײ געשלאָגן, און משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט עס געגעבן פֿאַר אַן אַרב צו די ראובֿנים, און צו די גָדים, און צום האַלבן שבֿט מנַשֶה.
7און דאָס זײַנען די מלכים פֿון לאַנד װאָס יְהוֹשועַ און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשלאָגן אױף דער זײַט יַרדן צו מערבֿ, פֿון בַעַל-גָד אין טאָל פֿון לבֿנוֹן, און ביז דעם גלאַטן באַרג װאָס גײט אַרױף צו שֵׂעִיר; און יְהוֹשועַ האָט עס געגעבן די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר אַן אַרב לױט זײערע אײַנטײלונגען; 8אין דעם געבערג, און אין דער נידערונג, און אין דעם פּלױן, און אױף די אַראָפּגאַנגען, און אין מדבר, און אין דעם דָרום; דער חִתּי, דער אֶמוֹרי, און דער כּנַעֲני, דער פּרִזי, דער חִוִי, און דער יבֿוסי.
9דער מלך פֿון יריחוֹ, אײנער;
דער מלך פֿון עַי װאָס לעבן בֵית-אֵל, אײנער;
10דער מלך פֿון ירושָלַיִם, אײנער;
דער מלך פֿון חֶבֿרוֹן, אײנער;
11דער מלך פֿון יַרמות, אײנער;
דער מלך פֿון לָכיש, אײנער;
12דער מלך פֿון עֶגלוֹן, אײנער;
דער מלך פֿון גֶזֶר, אײנער;
13דער מלך פֿון דבֿיר, אײנער;
דער מלך פֿון גֶדֶר, אײנער;
14דער מלך פֿון חָרמָה, אײנער;
דער מלך פֿון עַרָד, אײנער;
15דער מלך פֿון לִבֿנָה, אײנער;
דער מלך פֿון עַדולָם, אײנער;
16דער מלך פֿון מַקֵדָה, אײנער;
דער מלך פֿון בֵית-אֵל, אײנער;
17דער מלך פֿון תַּפּוחַ, אײנער;
דער מלך פֿון חֵפֿר, אײנער;
18דער מלך פֿון אַפֿק, אײנער;
דער מלך איבערן שָרוֹן, אײנער;
19דער מלך פֿון מָדוֹן, אײנער;
דער מלך פֿון חָצוֹר, אײנער;
20דער מלך פֿון שִמרוֹן-מרוֹן, אײנער;
דער מלך פֿון אַכשָף, אײנער;
21דער מלך פֿון תַּעֲנָך, אײנער;
דער מלך פֿון מגִדוֹ, אײנער;
22דער מלך פֿון קֶדֶש, אײנער;
דער מלך פֿון יָקנְעָם אין כַּרמֶל, אײנער;
23דער מלך פֿון דוֹר, אין דער געגנט פֿון דוֹר, אײנער;
דער מלך פֿון גוֹיִם אין גִלגָל, אײנער;
24דער מלך פֿון תִּרצָה, אײנער;
אַלע מלכים, אײן און דרײַסיק.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in