יְהוֹשועַ יא
יא
1און עס איז געװען, װי יָבֿין דער מלך פֿון חָצוֹר האָט דערהערט, אַזױ האָט ער געשיקט צו יוֹבֿבֿ דעם מלך פֿון מָדוֹן, און צו דעם מלך פֿון שִמרוֹן, און צו דעם מלך פֿון אַכשָף; 2און צו די מלכים װאָס אין צפֿון, אין דעם געבערג, און אױפֿן פּלױן, אין דָרום פֿון כִּנרוֹת, און אין דער נידערונג, און אין די געגנטן פֿון *דוֹר, אין מערבֿ; 3צו דעם כּנַעֲני אין מזרח און אין מערבֿ, און צו דעם אֶמוֹרי, און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, און דעם יבֿוסי אין דעם געבערג, און דעם חִוִי אונטער חֶרמוֹן אין לאַנד מִצפָּה. 4און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען, זײ און אַלע זײערע מחנות מיט זײ, פֿיל פֿאָלק, אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים אין פֿילקײט, און פֿערד און רײַטװעגן זײער פֿיל. 5און אַלע די דאָזיקע מלכים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײַנען געקומען, און האָבן אין אײנעם געלאַגערט בײַ די װאַסערן פֿון מֵרוֹם, מלחמה צו האַלטן מיט יִשׂרָאֵל.
6האָט ה׳ געזאָגט צו יְהוֹשועַן: זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ, װאָרעם מאָרגן אַרום דער צײַט, גיב איך זײ אַלע איבער דערשלאָגענע פֿאַר יִשׂרָאֵל. זײערע פֿערד זאָלסטו אױסרײַסן, און זײערע רײַטװעגן זאָלסטו פֿאַרברענען אין פֿײַער.
7און יְהוֹשועַ און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק מיט אים זײַנען געקומען אױף זײ פּלוצעם בײַ די װאַסערן פֿון מֵרוֹם, און זײ זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף זײ. 8און ה׳ האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן זײ געשלאָגן, און זײ נאָכגעיאָגט ביז גרױס-צידון, און ביז מִשׂרפֿוֹת-מַיִם, און ביז דעם טאָל פֿון מִצפֵּה צו מזרח; און זײ האָבן זײ געשלאָגן ביז זײ נישט צו לאָזן אַן איבערבלײַב. 9און יְהוֹשועַ האָט צו זײ געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט אים אָנגעזאָגט; זײערע פֿערד האָט ער אױסגעריסן, און זײערע רײַטװעגן, האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער.
10און יְהוֹשועַ האָט זיך אומגעקערט אין יענער צײַט, און האָט באַצװוּנגען חָצוֹר, און איר מלך האָט ער געשלאָגן מיטן שװערד; װאָרעם חָצוֹר איז פֿריער געװען דאָס הױפּט פֿון אַלע די דאָזיקע קיניגרײַכן. 11און זײ האָבן דערשלאָגן אַלע נפֿשות װאָס אין איר מיטן שאַרף פֿון שװערד – פֿאַרװיסט; עס איז נישט געבליבן קײן לעבעדיקער נשמה; און חָצוֹר האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער. 12און אַלע שטעט פֿון די דאָזיקע מלכים, און אַלע זײערע מלכים, האָט יְהוֹשועַ באַצװוּנגען, און זײ געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד – זײ פֿאַרװיסט, אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט באַפֿױלן.
13אָבער אַלע שטעט װאָס זײַנען שטײן אױף זײערע בערגל, זײ האָט יִשׂרָאֵל נישט פֿאַרברענט; בלױז חָצוֹר אַלײן האָט יְהוֹשועַ פֿאַרברענט. 14און דעם גאַנצן זאַקרױב פֿון די דאָזיקע שטעט, און– די בהמות, האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל גערױבט פֿאַר זיך; נאָר אַלע מענטשן האָבן זײ געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד ביז זײ האָבן זײ פֿאַרטיליקט; זײ האָבן נישט איבערגעלאָזט קײן לעבעדיקן נשמה. 15אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן זײַן קנעכט משהן, אַזױ האָט משה באַפֿױלן יְהוֹשועַן, און אַזױ האָט יְהוֹשועַ געטאָן. ער האָט נישט אױסגעלאָזט אַ זאַך פֿון אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
16און יְהוֹשועַ האָט אײַנגענומען דאָס דאָזיקע גאַנצע לאַנד, דאָס געבערג, און דעם גאַנצן דָרום, און דאָס גאַנצע לאַנד גוֹשֶן, און די נידערונג, און דעם פּלױן, און דאָס געבערג פֿון יִשׂרָאֵל, און זײַן נידערונג, 17פֿון דעם גלאַטן באַרג װאָס גײט אַרױף צו שֵׂעִיר, און ביז בַעַל-גָד אין טאָל פֿון לבֿנוֹן, אונטער באַרג חֶרמוֹן; און אַלע זײערע מלכים האָט ער באַצװוּנגען, און זײ געשלאָגן און זײ געטײט.
18פֿיל טעג האָט יְהוֹשועַ געפֿירט מלחמה מיט אַלע די דאָזיקע מלכים. 19נישט געװען אַ שטאָט װאָס האָט געמאַכט שלום מיט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַחוץ דער חִוִי, די באַװױנער פֿון גִבֿעוֹן; אַלץ האָבן זײ אײַנגענומען מיט מלחמה. 20װאָרעם עס איז געװען פֿון ה׳, צו שטאַרקן זײער האַרץ אױף מלחמה מיט יִשׂרָאֵל, אַז מע זאָל זײ פֿאַרװיסטן, כּדי זײ זאָל נישט זײַן קײן לײַטזעליקײט, נײַערט אַז מע זאָל זײ פֿאַרטיליקן, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
21און יְהוֹשועַ איז געקומען אין יענער צײַט, און האָט פֿאַרשניטן די עַנָקים פֿון דעם געבערג, פֿון חֶבֿרוֹן, פֿון דבֿיר, פֿון עַנָבֿ, און פֿון גאַנצן געבערג פֿון יהוּדה, און פֿון גאַנצן געבערג פֿון יִשׂרָאֵל; מיט זײערע שטעט האָט זײ יְהוֹשועַ פֿאַרװיסט. 22עס זײַנען נישט איבערגעבליבן קײן עַנָקים אין לאַנד פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; נאָר אין עַזָה, אין גַת, און אין אַשדוֹד, זײַנען זײ געבליבן. 23און יְהוֹשועַ האָט אײַנגענומען דאָס גאַנצע לאַנד, אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט גערעדט צו משהן; און יְהוֹשועַ האָט עס געגעבן פֿאַר אַ נחלה צו יִשׂרָאֵל לױט זײערע אײַנטײלונגען נאָך זײערע שבֿטים. און דאָס לאַנד איז געװען רויִק פֿון מלחמה.
Currently Selected:
יְהוֹשועַ יא: OYNEVIIM
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025