שוֹפֿטִים ח
ח
1האָבן צו אים געזאָגט די מענער פֿון אפֿרים: װאָס פֿאַר אַ זאַך האָסטו אונדז דאָ געטאָן, אונדז נישט צו רופֿן װען דו ביסט געגאַנגען מלחמה האַלטן אַקעגן מִדיָן? און זײ האָבן זיך שטאַרק געקריגט מיט אים. 2האָט ער צו זײ געזאָגט: װאָס האָב איך אַצונד אױפֿגעטאָן אין פֿאַרגלײַך מיט אײַך? איז נישט דער נאָכקלײַב פֿון אפֿרים בעסער װי די וינטג פֿון אַבֿיעֶזֶר? 3אין אײַער האַנט האָט אלֹקים געגעבן די האַרן פֿון מִדיָן, עוֹרֵבֿן און זאבֿן, און װאָס האָב איך געקענט אױפֿטאָן אין פֿאַרגלײַך מיט אײַך? האָט דענצמאָל אָפּגעלאָזט זײער כּעס פֿון אים, װען ער האָט גערעדט די דאָזיקע רײד.
4און גדעון איז געקומען צום יַרדן, און איז אַריבערגעגאַנגען, ער און די דרײַ הונדערט מאַן װאָס מיט אים, פֿאַרשמאַכטע און פֿאַריאָגטע. 5און ער האָט געזאָגט צו די מענטשן פֿון סוכּוֹת: גיט, איך בעט אײַך, לאַבנס ברױט פֿאַר דעם פֿאָלק װאָס הינטער מיר, װאָרעם זײ זײַנען פֿאַרשמאַכט, און איך יאָג נאָך זֶבַֿח און צלמונע די מלכים פֿון מִדיָן.
6האָבן די האַרן פֿון סוכּוֹת געזאָגט: איז די האַנט פֿון זֶבַֿחן און צלמונען אַצונד אין דײַן פֿױסט, אַז מיר זאָלן געבן דײַן חיל ברױט?
7האָט גדעון געזאָגט: דערפֿאַר אַז ה׳ װעט געבן זֶבַֿחן און צלמונען אין מײַן האַנט, װעל איך דרעשן אײַער לײַב מיט דערנער פֿון מדבר און מיט שטעכיקע ריטער.
8און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן קײן פּנואל, און האָט צו זײ גערעדט דעסט גלײַכן; האָבן אים די מענטשן פֿון פּנואל געענטפֿערט אַזױ װי די מענטשן פֿון סוכּוֹת האָבן געענטפֿערט.
9האָט ער געזאָגט אױך צו די מענטשן פֿון פּנואל, אַזױ צו זאָגן: אַז איך װעל זיך אומקערן בשלום, װעל איך צעברעכן דעם דאָזיקן טורעם.
10און זֶבַֿח און צלמונע זײַנען געװען אין קרקור, און זײער חיל מיט זײ, אַרום פֿופֿצן טױזנט, אַלע װאָס זײַנען געבליבן פֿון דעם גאַנצן חיל פֿון די קינדער פֿון מזרח; און די געפֿאַלענע זײַנען געװען הונדערט און צװאַנציק טױזנט מאַן װאָס האָבן געצױגן אַ שװערד.
11און גדעון איז אַרױפֿגעגאַנגען דורך די װױנער אין געצעלטן, אין מזרח פֿון נוֹבֿח און יָגבהָה, און האָט געשלאָגן דעם חיל, בעת דער חיל האָט זיך געשפּירט זיכער. 12אָבער זֶבַֿח און צלמונע זײַנען אַנטלאָפֿן, און ער האָט זײ נאָכגעיאָגט; און ער האָט געכאַפּט די צװײ מלכים פֿון מִדיָן, זֶבַֿחן און צלמונען, און דעם גאַנצן חיל האָט ער צעשראָקן.
13און גדעון דער זון פֿון יוֹאָשן האָט זיך אומגעקערט פֿון דער מלחמה, פֿון דעם אַרױפֿגאַנג פֿון חֶרס. 14און ער האָט אָנגעכאַפּט אַ יונגן מאַן פֿון די מענטשן פֿון סוכּוֹת, און האָט אים אױספֿגעפֿרעגט; און ער האָט אים אױפֿגעשריבן די האַרן פֿון סוכּוֹת, און אירע עלטסטע, זיבן און זיבעציק מאַן. 15און ער איז געקומען צו די מענטשן פֿון סוכּוֹת, און האָט געזאָגט: אָט זײַנען זֶבַֿח און צלמונע, װאָס איר האָט געשפּעט פֿון מיר, אַזױ צו זאָגן: איז די האַנט פֿון זֶבַֿחן און צלמונען אַצונד אין דײַן פֿױסט, אַז מיר זאָלן געבן דײַנע פֿאַרשמאַכטע מענטשן ברױט?
16און ער האָט גענומען די עלטסטע פֿון שטאָט, און דערנער פֿון מדבר און שטעכיקע ריטער, און האָט אָנגעלערנט מיט זײ די מענטשן פֿון סוכּוֹת. 17און דעם טורעם פֿון פּנואל האָט ער צעבראָכן, און האָט געהרגעט די מענטשן פֿון שטאָט.
18און ער האָט געזאָגט צו זֶבַֿחן און צלמונען: װי אַזױ זײַנען געװען די מענטשן װאָס איר האָט געהרגעט אין תָּבֿוֹר? האָבן זײ געזאָגט: אַזױ װי דו, אַזױ זײ; אײן; אַזױ װי די געשטאַלט פֿון בנֵי-מלכים. 19האָט ער געזאָגט: מײַנע ברידער, די זין פֿון מײַן מוטער, זײַנען דאָס געװען. אַזױ װי ה׳ לעבט, װען איר װאָלט זײ געלאָזט לעבן, װאָלט איך אײַך נישט געהרגעט! 20און ער האָט געזאָגט צו יֶתֶר זײַן בכוֹר: שטײ אױף, הרגע זײ. אָבער דער יונג האָט נישט אַרױסגעצױגן זײַן שװערד, װאָרעם ער האָט מורא געהאַט, װײַל ער איז נאָך געװען יונג. 21האָט געזאָגט זֶבַֿח און צלמונע: שטײ דו אױף און דערשלאָג אונדז, װאָרעם װי דער מאַן, אַזױ זײַן גבֿורה. איז גדעון אױפֿגעשטאַנען, און האָט געהרגעט זֶבַֿחן און צלמונען. און ער האָט אַראָפּגענומען די לבֿנהלעך װאָס אױף די העלדזער פֿון זײערע קעמלען.
22און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געזאָגט צו גדעונען: געװעלטיק איבער אונדז, אי דו, אי דײַן זון, אי דײַן זונס זון, װאָרעם דו האָסט אונדז געהאָלפֿן פֿון דער האַנט פֿון מִדיָן. 23האָט גדעון צו זײ געזאָגט: נישט איך װעל געװעלטיקן איבער אײַך, און נישט מײַן זון װעט געװעלטיקן איבער אײַך; ה׳ װעט געװעלטיקן איבער אײַך. 24און גדעון האָט צו זײ געזאָגט: איך װעל בעטן פֿון אײַך אַ בקשה: גיט מיר איטלעכער אַ נאָזרינג פֿון זײַן רױב. װאָרעם זײ האָבן געהאַט גילדערנע נאָזרינגען, װײַל זײ זײַנען געװען יִשמָעֵאלים. 25האָבן זײ געזאָגט: אַװדאי װעלן מיר געבן. און זײ האָבן אױסגעשפּרײט אַ טוך, און האָבן אַרײַנגעװאָרפֿן אַהין איטלעכער אַ נאָזרינג פֿון זײַן רױב. 26און די װאָג פֿון די גילדערנע נאָזרינגען װאָס ער האָט געבעטן, איז געװען טױזנט און זיבן הונדערט גאָלד, אַחוץ די לבֿנהלעך, און די אױרינגען, און די פּורפּלקלײדער װאָס אױף די מלכים פֿון מִדיָן, און אַחוץ די קײטלעך װאָס אױף די העלדזער פֿון זײערע קעמלען. 27און גדעון האָט דערפֿון געמאַכט אַן אֵפֿוֹד, און האָט אים אַװעקגעשטעלט אין זײַן שטאָט, אין עָפֿרָה. און גאַנץ יִשׂרָאֵל זײַנען פֿאַרפֿירט געװען נאָך אים דאָרטן, און ער איז געװען גדעונען און זײַן הױז פֿאַר אַ שטרױכלונג.
28און מִדיָן איז אונטערטעניק געװאָרן פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן מער נישט אױפֿגעהױבן זײער קאָפּ; און דאָס לאַנד איז געװען רויִק פֿערציק יאָר אין די טעג פֿון גדעונען.
29און ירובעל דער זון פֿון יוֹאָשן איז אַװעקגעגאַנגען; און ער איז געזעסן אין זײַן הױז. 30און גדעון האָט געהאַט זיבעציק זין װאָס זײַנען אַרױס פֿון זײַן דיך, װאָרעם ער האָט געהאַט אַ סך װײַבער. 31און זײַן קעפּסװײַב װאָס אין שכֶם, זי אױך האָט אים געבאָרן אַ זון, און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען אַבֿימֶלֶך. 32און גדעון דער זון פֿון יוֹאָשן איז געשטאָרבן אין אַ גוטער עלטער, און איז באַגראָבן געװאָרן אין דעם קבֿר פֿון זײַן פֿאָטער יוֹאָשן אין עָפֿרָה פֿון די אַבֿיעזרער.
33און עס איז געװען, װי גדעון איז געשטאָרבן, אַזױ זײַנען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װידער פֿאַרפֿירט געװאָרן נאָך די בַעַל ג‑טער, און זײ האָבן זיך געמאַכט בַעַל-בְּרִית פֿאַר אַ ג-ט. 34און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן נישט געדאַכט אָן ה׳ זײער ג-ט װאָס האָט זײ מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײערע פֿײַנט פֿון רונד אַרום. 35און זײ האָבן נישט געטאָן חֶסֶד מיט דעם הױז פֿון ירובעל-גדעונען, לױט אַלעם גוטן װאָס ער האָט געטאָן מיט יִשׂרָאֵל.
Currently Selected:
שוֹפֿטִים ח: OYNEVIIM
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025