שוֹפֿטִים ז
ז
1האָט זיך געפֿעדערט ירובעל – דאָס איז גדעון – ער און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים, און זײ האָבן געלאַגערט בײַ עין-חרוד; און דער לאַגער פֿון מִדיָן איז אים געװען פֿון צפֿון, פֿון גבֿעת-המוֹרֶה אין טאָל. 2האָט ה׳ געזאָגט צו גדעונען: דאָס פֿאָלק װאָס מיט דיר איז צו פֿיל, אַז איך זאָל געבן מִדיָן אין זײער האַנט; יִשׂרָאֵל װעט זיך נאָך באַרעמען אַקעגן מיר, אַזױ צו זאָגן: מײַן האַנט האָט מיך געהאָלפֿן. 3דערום רוף אַקאָרשט אױס אַצונד אין די אױערן פֿון פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: װער עס האָט מורא און ציטערט, זאָל זיך אומקערן און אַװעקגײן אין דער פֿרי פֿון באַרג גִלעָד. האָבן זיך אומגעקערט פֿון פֿאָלק צװײ און צװאַנציק טױזנט, און צען טױזנט זײַנען געבליבן.
4האָט ה׳ געזאָגט צו גדעונען: דאָס פֿאָלק איז נאָך אַלץ צו פֿיל, מאַך זײ נידערן צום װאַסער, און איך װעל זײ דאָרטן אױסקלײַבן פֿאַר דיר. און עס װעט זײַן, דער װאָס איך װעל דיר זאָגן: דער דאָזיקער זאָל גײן מיט דיר, ער זאָל גײן מיט דיר; און איטלעכער װאָס איך װעל דיר זאָגן: דער דאָזיקער זאָל נישט גײן מיט דיר, ער זאָל נישט גײן.
5האָט ער געמאַכט נידערן דאָס פֿאָלק צום װאַסער; און ה׳ האָט געזאָגט צו גדעונען: איטלעכער װאָס װעט לעקן פֿונעם װאַסער מיט זײַן צונג, אַזױ װי עס לעקט אַ הונט, אים זאָלסטו שטעלן באַזונדער, דעסט גלײַכן איטלעכן װאָס װעט זיך אַראָפּלאָזן אױף זײַנע קני צו טרינקען.
6איז געװען די צאָל פֿון די װאָס האָבן געלעקט פֿון זײער האַנט אין זײער מױל דרײַ הונדערט מאַן, און דאָס גאַנצע איבעריקע פֿאָלק האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אױף זײערע קני צו טרינקען װאַסער. 7און ה׳ האָט געזאָגט צו גדעונען: מיט די דרײַ הונדערט מאַן װאָס האָבן געלעקט, װעל איך אײַך העלפֿן, און װעל געבן מִדיָן אין דײַן האַנט; און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל גײן איטלעכער אין זײַן הײם.
8האָבן זײ איבערגענומען די צערונג פֿון פֿאָלק אין זײער האַנט, און זײערע שופֿרות; און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָט ער אַװעקגעשיקט איטלעכן צו זײַנע געצעלטן, נאָר די דרײַ הונדערט מאַן האָט ער אָנגעהאַלטן. און דער לאַגער פֿון מִדיָן איז געװען אונטער אים אין טאָל. 9און עס איז געװען אין יענער נאַכט, האָט ה׳ צו אים געזאָגט: שטײ אױף, נידער אַראָפּ אין לאַגער, װאָרעם איך האָב אים געגעבן אין דײַן האַנט. 10און אױב דו האָסט מורא אַראָפּצונידערן, נידער אַראָפּ דו מיט דײַן יונג פּורה צום לאַגער. 11און װעסט הערן װאָס זײ רעדן; װעלן דערנאָך שטאַרק װערן דײַנע הענט, און װעסט אַראָפּגענידערן אין לאַגער. האָט ער אַראָפּגענידערט, ער און זײַן יונג פּורה, צום עק פֿון די באַװאָפֿנטע װאָס אין לאַגער. 12און מִדיָן און עַמָלֵק און אַלע קינדער פֿון מזרח זײַנען געלעגן אין טאָל, אַזױ װי דער הײשעריק אין פֿילקײט, און צו זײערע קעמלען איז נישט געװען קײן צאָל, אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים אין פֿילקײט. 13און װי גדעון איז אָנגעקומען, ערשט אַ מאַן דערצײלט זײַן חבֿר אַ חלום, און זאָגט: זע, מיר האָט זיך געחלומט אַ חלום: ערשט אַ קוכן פֿון גערשטענעם ברױט קײַקלט זיך אין לאַגער פֿון מִדיָן, און ער איז געקומען ביזן געצעלט, און האָט עס אַ קלאַפּ געטאָן, און עס איז אומגעפֿאַלן, און ער האָט עס אומגעקערט קאַפּױר, ביז דאָס געצעלט איז געבליבן ליגן. 14האָט זיך אָפּגערופֿן זײַן חבֿר און האָט געזאָגט: דאָס איז נישט אַנדערש װי די שװערד פֿון גדעון דעם זון פֿון יוֹאָשן, אַ מאַן פֿון יִשׂרָאֵל. האלֹקים האָט געגעבן אין זײַן האַנט מִדיָן מיטן גאַנצן חיל.
15און עס איז געװען, װי גדעון האָט געהערט די דערצײלונג פֿון דעם חלום און זײַן באַשײד, אַזױ האָט ער זיך געבוקט; און ער האָט זיך אומגעקערט אין לאַגער פֿון יִשׂרָאֵל און האָט געזאָגט: שטײט אױף, װאָרעם ה׳ האָט געגעבן אין אײַער האַנט דעם חיל פֿון מִדיָן.
16און ער האָט צעטײלט די דרײַ הונדערט מאַן אין דרײַ מחנות, און האָט זײ אַלעמען געגעבן שופֿרות אין דער האַנט, און לײדיקע קריג, און בראַנדהעלצער אין די קריג. 17און ער האָט צו זײ געזאָגט: איר זאָלט קוקן אױף מיר, און טאָן דעסט גלײַכן; און אָט קוק איך אין עק לאַגער, איז, װי איך װעל טאָן, אַזױ זאָלט איר טאָן. 18און אַז איך װעל בלאָזן אין שופֿר, איך און אַלע װאָס מיט מיר, זאָלט איר אױך בלאָזן אין די שופֿרות רונד אַרום דעם גאַנצן לאַגער, און איר זאָלט זאָגן: פֿאַר ה׳ און פֿאַר גדעונען!
19און גדעון און די הונדערט מאַן װאָס מיט אים זײַנען געקומען אין עק לאַגער בײַם אָנהײב פֿון דער מיטלסטער נאַכטװאַך; מע האָט נאָר װאָס געהאַט אױפֿגעשטעלט די װעכטער; און זײ האָבן געבלאָזן אין די שופֿרות, און האָבן צעהאַקט די קריג װאָס אין זײער האַנט. 20און די דרײַ מחנות האָבן געבלאָזן אין די שופֿרות, און האָבן צעבראָכן די קריג; און זײ האָבן געהאַלטן אין זײער לינקער האַנט די בראַנדהעלצער, און אין זײער רעכטער האַנט די שופֿרות צום בלאָזן; און זײ האָבן אױסגערופֿן: אַ שװערד פֿאַר ה׳ און פֿאַר גדעונען! 21און זײ זײַנען געשטאַנען איטלעכער אױף זײַן אָרט רונד אַרום לאַגער; און דער גאַנצער לאַגער האָט גענומען לױפֿען; און זײ האָבן אַרױסגעלאָזט אַ געשרײ און זײַנען אַנטרונען. 22און זײ האָבן געבלאָזן די דרײַ הונדערט שופֿרות, און ה׳ האָט געמאַכט די שװערד פֿון אײנעם קעגן אַנדערן, אַזױ אין גאַנצן חיל, און דער חיל איז אַנטרונען ביז בֵית-שטה, צו צררה צו, ביז דעם ברעג פֿון אָבֿל-מחולה בײַ טַבת. 23און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט פֿון נַפֿתָּלי, און פֿון אָשֵר, און פֿון גאַנץ מנַשֶה, און זײ האָבן נאָכגעיאָגט מִדיָן. 24און גדעון האָט צעשיקט שלוחים אין גאַנצן געבערג פֿון אפֿרים, אַזױ צו זאָגן: נידערט אַראָפּ אַקעגן מִדיָן, און פֿאַרכאַפּט זײ דאָס װאַסער ביז בֵית-ברה, און דעם יַרדן. האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אַלע מענער פֿון אפֿרים, און זײ האָבן באַצװוּנגען דאָס װאַסער ביז בֵית-ברה, און דעם יַרדן. 25און זײ האָבן געכאַפּט די צװײ האַרן פֿון מִדיָן, עוֹרֵבֿן און זאבֿן, און האָבן געהרגעט עוֹרֵבֿן בײַ צור-עוֹרֵבֿ און זאבֿן האָבן זײ געהרגעט אין יעקבֿ-זאבֿ; און זײ האָבן נאָכגעיאָגט מִדיָן; און די קעפּ פֿון עוֹרֵבֿן און זאבֿן האָבן זײ געבראַכט צו גדעונען פֿון יענער זײַט יַרדן.
Currently Selected:
שוֹפֿטִים ז: OYNEVIIM
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025