YouVersion Logo
Search Icon

שוֹפֿטִים יא

יא
1און יפֿתּח דער גִלעָדער איז געװען אַ העלדישער גיבור, און ער איז געװען דער זון פֿון אַ פֿרױ אַ זוֹנה; און גִלעָד האָט געבאָרן יפֿתּחן. 2און גִלעָדס װײַב האָט אים געבאָרן זין, און די זין פֿון דער װײַב זײַנען גרױס געװאָרן, און זײ האָבן אַרױסגעטריבן יפֿתּחן, און האָבן צו אים געזאָגט: װעסט נישט ירשען אין אונדזער פֿאָטערס הױז, װאָרעם דו ביסט דער זון פֿון אַן אַנדער פֿרױ. 3איז יפֿתּח אַנטלאָפֿן פֿון זײַנע ברידער, און האָט זיך באַזעצט אין לאַנד *טובֿ, און עס האָבן זיך אױפֿגעקליבן אַרום יפֿתּחן נישטיקע לײַט, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען מיט אים.
4און עס איז געװען אין טעג אַרום, האָבן די קינדער פֿון עַמוֹן מלחמה געהאַלטן מיט יִשׂרָאֵל. 5איז, װען די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן מלחמה געהאַלטן מיט יִשׂרָאֵל, אַזױ זײַנען געגאַנגען די עלטסטע פֿון גִלעָד צו ברענגען יפֿתּחן פֿון לאַנד טובֿ. 6און זײ האָבן געזאָגט צו יפֿתּחן: קום און װעסט אונדז זײַן פֿאַר אַ האַר, און מיר װעלן מלחמה האַלטן אַקעגן די קינדער פֿון עַמוֹן. 7האָט יפֿתּח געזאָגט צו די עלטסטע פֿון גִלעָד: איר האָט דאָך מיך פֿײַנט געהאַט, און מיך פֿאַרטריבן פֿון מײַן פֿאָטערס הױז, הײַנט פֿאַר װאָס זײַט איר געקומען צו מיר אַצונד װען אײַך האָט צוגעדריקט? 8האָבן די עלטסטע פֿון גִלעָד געזאָגט צו יפֿתּחן: דערום האָבן מיר זיך אומגעקערט צו דיר אַצונד, אַז דו זאָלסט גײן מיט אונדז, און מלחמה האַלטן מיט די קינדער פֿון עַמוֹן, און װערן בײַ אונדז פֿאַר אַ הױפּט איבער אַלע באַװױנער פֿון גִלעָד. 9האָט יפֿתּח געזאָגט צו די עלטסטע פֿון גִלעָד: אױב איר קערט מיך אום, מלחמה צו האַלטן מיט די קינדער פֿון עַמוֹן, און ה׳ װעט זײ איבערגעבן צו מיר, זאָל איך בלײַבן בײַ אײַך פֿאַר אַ הױפּט. 10האָבן די עלטסטע פֿון גִלעָד געזאָגט צו יפֿתּחן: ה׳ זאָל זײַן אַ צוהערער צװישן אונדז, אױב מיר װעלן נישט טאָן אַזױ װי דײַן װאָרט! 11איז יפֿתּח געגאַנגען מיט די עלטסטע פֿון גִלעָד, און דאָס פֿאָלק האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ הױפּט און פֿאַר אַ האַר איבער זײ. און יפֿתּח האָט גערעדט אַלע זײַנע רײד פֿאַר ה׳ אין מִצפָּה.
12און יפֿתּח האָט געשיקט שלוחים צו דעם מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, אַזױ צו זאָגן: װאָס האָסטו צו מיר, װאָס דו ביסט געקומען צו מיר מלחמה צו האַלטן אױף מײַן לאַנד? 13האָט דער מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן געזאָגט צו יפֿתּחס שלוחים: װײַל יִשׂרָאֵל האָט צוגענומען מײַן לאַנד, װען ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, פֿון אַרנוֹן און ביזן יַבוֹק און ביזן יַרדן. און אַצונד קער זײ אום אין פֿריד.
14האָט יפֿתּח װידער געשיקט שלוחים צו דעם מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, 15און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט יפֿתּח: יִשׂרָאֵל האָט נישט צוגענומען דאָס לאַנד פֿון מוֹאָבֿ, אָדער דאָס לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן. 16נײַערט אַז זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, און יִשׂרָאֵל איז געגאַנגען דורכן מדבר ביזן ים-סוףֿ, און איז אָנגעקומען קײן קָדֵש, 17האָט יִשׂרָאֵל געשיקט שלוחים צו דעם מלך פֿון אֶדוֹם, אַזױ צו זאָגן: לאָמיך, איך בעט דיך, דורכגײן דורך דײַן לאַנד. אָבער דער מלך פֿון אֶדוֹם האָט נישט צוגעהערט. און אױך צו דעם מלך פֿון מוֹאָבֿ האָט ער געשיקט, אָבער ער האָט נישט אײַנגעװיליקט; און יִשׂרָאֵל איז געבליבן אין קָדֵש. 18און ער איז געגאַנגען דורכן מדבר, און האָט געצױגן אַרום לאַנד אֶדוֹם, און אַרום לאַנד מוֹאָבֿ, און ער איז געקומען פֿון מזרח-זײַט פֿון לאַנד מוֹאָבֿ. און זײ האָבן גערוט אױף יענער זײַט אַרנוֹן, און זײַנען נישט געקומען אין דעם געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ, װאָרעם אַרנוֹן איז דער געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ.
19און יִשׂרָאֵל האָט געשיקט שלוחים צו סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, דעם מלך פֿון חֶשבוֹן, און יִשׂרָאֵל האָט צו אים געזאָגט: לאָז אונדז, איך בעט דיך, דורכגײן דורך דײַן לאַנד צו מײַן אָרט. 20אָבער סיחון האָט נישט געטרױט יִשׂרָאֵל דורכצוגײן דורך זײַן געמאַרק, און סיחון האָט אײַנגעזאַמלט זײַן גאַנץ פֿאָלק, און זײ האָבן געלאַגערט אין יַהצָה, און ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט יִשׂרָאֵל. 21און ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט געגעבן סיחונען און זײַן גאַנץ פֿאָלק אין דער האַנט פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן זײ געשלאָגן, און יִשׂרָאֵל האָט אײַנגענומען דאָס גאַנצע לאַנד פֿון אֶמוֹרי, דעם באַװױנער פֿון יענעם לאַנד. 22און זײ האָבן אײַנגענומען דעם גאַנצן געמאַרק פֿון אֶמוֹרי, פֿון אַרנוֹן און ביזן יַבוֹק, און פֿון מדבר און ביזן יַרדן.
23און אַצונד, ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט פֿאַרטריבן דעם אֶמוֹרי פֿון פֿאַר זײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און דו װילסט אים ירשען? 24ירשעסטו נישט דאָס װאָס כּמוֹש דײַן ג-ט גיט דיר צו ירשען? און אַלע װאָס ה׳ אלוקינו האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר אונדז, זײ װעלן מיר ירשען. 25און אַצונד, ביסט דו דען עפּעס בעסער פֿון בָלָק דעם זון פֿון צִפּוֹרן, דעם מלך פֿון מוֹאָבֿ? האָט ער דען שטרײַטן געשטריטן מיט יִשׂרָאֵל? צי האָט ער מלחמה אױף זײ מלחמה געהאַלטן? 26אַז יִשׂרָאֵל איז געזעסן אין חֶשבוֹן און אין אירע טעכטערשטעט, און אין ערעור און אין אירע טעכטערשטעט, און אין אַלע שטעט װאָס בײַ די זײַטן פֿון אַרנוֹן, דרײַ הונדערט יאָר, טאָ פֿאַר װאָס האָט איר זײ נישט אָפּגענומען אין יענער צײַט? 27האָב איך דאָך אַקעגן דיר נישט געזינדיקט, און דו טוסט מיט מיר בײז, מלחמה צו האַלטן אױף מיר. זאָל ה׳ דער משפּטער משפּטן הײַנט צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל און צװישן די קינדער פֿון עַמוֹן.
28אָבער דער מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן האָט נישט צוגעהערט צו די װערטער פֿון יפֿתּחן, װאָס ער האָט צו אים געשיקט. 29און גײַסט פֿון ה׳ איז געװען אױף יפֿתּחן, און ער איז דורכגעגאַנגען גִלעָד און מנַשֶה, און דורכגעגאַנגען מִצְפֵּה-גלעד, און פֿון מִצְפֵּה-גלעד איז ער אַריבער צו די קינדער פֿון עַמוֹן.
30און יפֿתּח האָט אַ נדר געטאָן צו ה׳, און האָט געזאָגט: אױב געבן װעסטו געבן די קינדער פֿון עַמוֹן אין מײַן האַנט, 31איז, דער אַרױסגײער װאָס װעט אַרױסגײן פֿון די טירן פֿון מײַן הױז מיר אַנטקעגן, װען איך קער זיך אום בשלום פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, זאָל געהערן צו ה׳, און איך װעל אים אױפֿברענגען פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער.
32און יפֿתּח איז אַריבער צו די קינדער פֿון עַמוֹן, מלחמה צו האַלטן מיט זײ, און ה׳ האָט זײ געגעבן אין זײַן האַנט. 33און ער האָט זײ געשלאָגן פֿון עַרוֹעֵר און ביז דו קומסט קײן מנית, צװאַנציק שטעט, און ביז אָבֿל-כּרמים, זײער אַ גרױסן שלאַק. און די קינדער פֿון עַמוֹן זײַנען אונטערטעניק געװאָרן פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
34און װי יפֿתּח איז אָנגעקומען קײן מִצפָּה צו זײַן הױז, ערשט זײַן טאָכטער גײט אַרױס אים אַנטקעגן מיט פּױקן און מיט טענץ; און זי איז געװען בלױז אַן אײןאײנציקע, ער האָט אַחוץ איר נישט געהאַט קײן זון און קײן טאָכטער. 35און עס איז געװען, װי ער האָט זי דערזען, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער, און האָט געזאָגט: װײ, מײַן טאָכטער, בײגן אַנידערגעבױגן האָסטו מיך, און דו ביסט פֿון מײַנע פֿאַראומגליקער געװאָרן; װאָרעם איך האָב געעפֿנט מײַן מױל צו ה׳, און קען נישט צוריקציִען. 36האָט זי צו אים געזאָגט: פֿאָטער מײַנער, האָסט געעפֿנט דײַן מױל צו ה׳; טו צו מיר, אַזױ װי עס איז אַרױס פֿון דײַן מױל, נאָך דעם אַז ה׳ האָט דיר געגעבן אַ נקמה אָן דײַנע פֿײַנט, אָן די קינדער פֿון עַמוֹן. 37און זי האָט געזאָגט צו איר פֿאָטער: זאָל מיר געטאָן װערן די דאָזיקע זאַך: לאָז מיך אָפּ אױף צװײ חדשים: און איך װעל גײן און װעל נידערן אױף די בערג, און װעל װײנען אױף מײַן יונגפֿרױשאַפֿט, איך און מײַנע חבֿרטעס. 38האָט ער געזאָגט: גײ. און ער האָט זי אַװעקגעשיקט אױף צװײ חדשים, און זי איז געגאַנגען, זי און אירע חבֿרטעס, און האָט געװײנט אױף איר יונגפֿרױשאַפֿט, אױף די בערג. 39און עס איז געװען צום סוף פֿון צװײ חדשים, האָט זי זיך אומגעקערט צו איר פֿאָטער, און ער האָט געטאָן צו איר זײַן נדר װאָס ער האָט אַ נדר געטאָן. און זי האָט פֿון קײן מאַן נישט געװוּסט. און עס איז געװאָרן אַ מנהג אין יִשׂרָאֵל: 40פֿון יאָר צו יאָר גײען די טעכטער פֿון יִשׂרָאֵל קלאָגן אױף דער טאָכטער פֿון יפֿתּח דעם גִלעָדער פֿיר טעג אין יאָר.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in