שוֹפֿטִים י
י
1און נאָך אַבֿימֶלֶכן איז אױפֿגעשטאַנען צו העלפֿן יִשׂרָאֵל תּוֹלָע דער זון פֿון פּואה דעם זון פֿון דוֹדוֹן, אַ מאַן פֿון יִשׂשָׂכָר; און ער איז געזעסן אין שָמיר אין דעם געבערג פֿון אפֿרים. 2און ער האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל דרײַ און צװאַנציק יאָר. און ער איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין שָמיר.
3און נאָך אים איז אױפֿגעשטאַנען יָאיר דער גִלעָדער; און ער האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל צװײ און צװאַנציק יאָר. 4און ער האָט געהאַט דרײַסיק זין װאָס זײַנען געריטן אױף דרײַסיק יונגע אײזלען, און זײ האָבן געהאַט דרײַסיק שטעט; מע רופֿט זײ חַווֹת-יָאיר ביז אױף הײַנטיקן טאָג; די װאָס אין לאַנד גִלעָד. 5און יָאיר איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין קמון.
6און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן װידער געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און זײ האָבן געדינט די בַעַל ג‑טער, און די עַשְׁתֹּרות, און די ג‑טער פֿון אַרָם, און די ג‑טער פֿון צידון, און די ג‑טער פֿון מוֹאָבֿ, און די ג‑טער פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און די ג‑טער פֿון די פּלִשתּים, און זײ האָבן פֿאַרלאָזן ה׳, און האָבן אים נישט געדינט. 7און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף יִשׂרָאֵל, און ער האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון די פּלִשתּים, און אין דער האַנט פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן. 8און זײ האָבן געפּלאָגט און געדריקט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין יענעם יאָר; אַכצן יאָר, אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס אױף יענער זײַט יַרדן, אין לאַנד פֿון אֶמוֹרי װאָס אין גִלעָד. 9און די קינדער פֿון עַמוֹן זײַנען אַריבערגעגאַנגען דעם יַרדן מלחמה צו האַלטן אױך אױף יהוּדה, און אױף בנימין, און אױפֿן הױז פֿון אפֿרים, און יִשׂרָאֵלן האָט זײער צוגעדריקט. 10און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשריען צו ה׳, אַזױ צו זאָגן: מיר האָבן געזינדיקט צו דיר, װאָס מיר האָבן פֿאַרלאָזן אלוקינו און געדינט די בַעַל ג‑טער. 11האָט ה׳ געזאָגט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: האָב איך אײַך נישט פֿון מִצרַיִם, און פֿון אֶמוֹרי, און פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און פֿון די פּלִשתּים? 12אױך די צידוֹנים, און עַמָלֵק, און מָעוֹן, האָבן אײַך געדריקט, און איר האָט געשריען צו מיר, און איך האָב אײַך געהאָלפֿן פֿון זײער האַנט. 13אָבער איר האָט מיך פֿאַרלאָזן, און איר האָט געדינט פֿרעמדע ג‑טער. דערום װעל איך אײַך מער נישט העלפֿן. 14גײט און שרײַט צו די ג‑טער װאָס איר האָט זײ אױסדערװײלט; זאָלן זײ אײַך העלפֿן אין דער צײַט פֿון אײַער נױט.
15האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט צו ה׳: מיר האָבן געזינדיקט; טו דו צו אונדז אַזױ װי אַלץ װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן, נאָר זײַ אונדז פֿאָרט מציל הײַנטיקן טאָג.
16און זײ האָבן אָפּגעטאָן די פֿרעמדע ג‑טער פֿון צװישן זיך, און האָבן געדינט ה׳; און זײַן זעל איז באַקלעמט געװען פֿון װעגן דער מאַטערניש פֿון יִשׂרָאֵל.
17און די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און האָבן געלאַגערט אין גִלעָד; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אױפֿגעקליבן און האָבן געלאַגערט אין מִצפָּה. 18האָט געזאָגט דאָס פֿאָלק, די האַרן פֿון גִלעָד, אײנער צום אַנדערן: װער איז דער מאַן װאָס װיל אָנהײבן מלחמה האַלטן אַקעגן די קינדער פֿון עַמוֹן? ער זאָל װערן פֿאַר אַ הױפּט איבער אַלע באַװױנער פֿון גִלעָד.
Currently Selected:
שוֹפֿטִים י: OYNEVIIM
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025