YouVersion Logo
Search Icon

שמוּאֵל אַ ו

ו
1און דער אָרון פֿון ה׳ איז אָפּגעװען אין פֿעלד פֿון די פּלִשתּים זיבן חדשים. 2האָבן די פּלִשתּים גערופֿן די פּריסטער און די װאָרזאָגער, אַזױ צו זאָגן: װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דעם אָרון פֿון ה׳? מאַכט אונדז װיסן מיט װאָס מיר זאָלן אים אָפּשיקן צו זײַן אָרט. 3האָבן זײ געזאָגט: אַז איר שיקט אָפּ דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל, זאָלט איר אים נישט אָפּשיקן מיט לײדיקן; נײַערט אָפּצאָלן זאָלט איר אים אָפּצאָלן אַ שולדאָפּפֿער; דענצמאָל װעט איר געהײלט װערן, און אײַך װעט באַװוּסט װערן פֿאַר װאָס זײַן האַנט האָט זיך נישט אָפּגעטאָן פֿון אײַך. 4האָבן זײ געזאָגט: װאָס זאָל זײַן דאָס שולדאָפּפֿער װאָס מיר זאָלן אים אָפּצאָלן? האָבן זײ געזאָגט: לױט דער צאָל פֿון די פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים, פֿינף גילדערנע בלאָטערן און פֿינף גילדערנע מײַז; װאָרעם אײן מגפֿה איז געװען אױף אַלעמען און אױף אײַערע פֿירשטן. 5דערום זאָלט איר מאַכן די געשטאַלטן פֿון אײַערע בלאָטערן, און די געשטאַלטן פֿון אײַערע מײַז, װאָס פֿאַרדאַרבן אײַער לאַנד, און איר זאָלט געבן כּבֿוד צום אלוקי יִשׂרָאֵל; אפֿשר װעט ער פֿאַרגרינגערן זײַן האַנט פֿון אײַך, און פֿון אײַערע ג‑טער, און פֿון אײַער לאַנד. 6און נאָך װאָס זאָלט איר האַרט מאַכן אײַער האַרץ, אַזױ װי די מִצרַיִם און פַּרעה האָבן געמאַכט זײער האַרץ? פֿאַר װאָר, אַז ער האָט זיך אָנגעטאָן אָן זײ, האָבן זײ זײ אַװעקגעלאָזן, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען. 7און אַצונד, נעמט און מאַכט אַ נײַעם װאָגן, און צװײ געקעלבטע קי, װאָס אױף זײ איז נישט אַרױף אַ יאָך; און איר זאָלט אײַנשפּאַנען די קי אין דעם װאָגן, און אומקערן זײערע קעלבער פֿון הינטער זײ אַהײם. 8און איר זאָלט נעמען דעם אָרון פֿון ה׳, און אים אַרױפֿלײגן אױפֿן װאָגן, און די גילדערנע זאַכן װאָס איר צאָלט אים אָפּ פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער, זאָלט איר אַרײַנטאָן אין אַ קאַסטן אים בײַן זײַט; און איר זאָלט אים אַװעקלאָזן ער זאָל גײן. 9װעט איר זען, אױב מיט דעם װעג פֿון זײַן געמאַרק װעט ער אַרױפֿגײן, קײן בֵית-שֶמֶש, האָט ער אונדז געטאָן דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, און אױב נישט, װעלן מיר װיסן אַז נישט זײַן האַנט האָט אונדז געטראָפֿן; דאָס איז אונדז אַ סיבה געשען.
10האָבן די מענטשן אַזױ געטאָן; און זײ האָבן גענומען צװײ געקעלבטע קי, און זײ אײַנגעשפּאַנט אין אַ װאָגן און זײערע קעלבער האָבן זײ פֿאַרשפּאַרט אין דער הײם. 11און זײ האָבן אַרױפֿגעטאָן אױפֿן װאָגן דעם אָרון פֿון ה׳, און דעם קאַסטן מיט די גילדערנע מײַז און די געשטאַלטן פֿון זײערע בלאָטערן. 12און די קי האָבן זיך פֿאַרנומען גלײַך מיטן װעג, אױפֿן װעג פֿון בֵית-שֶמֶש; אױף אײן שליאַך זײַנען זײ געגאַנגען, געגאַנגען און געמוּעט, און זײ האָבן זיך נישט אָפּגעקערט רעכטס אָדער לינקס. און די פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים זײַנען געגאַנגען הינטער זײ ביז דעם געמאַרק פֿון בֵית-שֶמֶש.
13און די בֵית-שֶמֶשער האָבן געשניטן דעם שניט פֿון װײץ אין טאָל, און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײערע אױגן, און האָבן דערזען דעם אָרון, און האָבן זיך דערפֿרײט אים צו זען. 14און דער װאָגן איז צוגעקומען צו דעם פֿעלד פֿון יְהוֹשועַ דעם בֵית-שֶמֶשער, און האָט זיך דאָרטן אָפּגעשטעלט. און דאָרטן איז געװען אַ גרױסער שטײן, האָבן זײ צעהאַקט דאָס האָלץ פֿון װאָגן, און די קי האָבן זײ אױפֿגעבראַכט אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳. 15און די לוִיִים האָבן אַראָפּגענומען דעם אָרון פֿון ה׳ און דעם קאַסטן װאָס מיט אים, װאָס דרינען זײַנען געװען די גילדערנע זאַכן, און אַרױפֿגעטאָן אױף דעם גרױסן שטײן. און די מענטשן פֿון בֵית-שֶמֶש האָבן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער אין יענעם טאָג צו ה׳.
16און די פֿינף פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים האָבן דאָס געזען, און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן עֶקרוֹן אין דעם אײגענעם טאָג.
17און דאָס זײַנען די גילדערנע בלאָטערן װאָס די פּלִשתּים האָבן אָפּגעצאָלט אַ שולדאָפּפֿער צו ה׳: פֿאַר אַשדוֹד אײנער, פֿאַר עַזָה אײנער, פֿאַר אַשקלוֹן אײנער, פֿאַר גַת אײנער, פֿאַר עֶקרוֹן אײנער. 18און די גילדערנע מײַז זײַנען געװען די צאָל פֿון אַלע שטעט פֿון די פּלִשתּים אונטער די פֿינף פֿירשטן, פֿון אַ פֿעסטונגשטאָט און ביז אַן אָפֿענעם דאָרף, און ביז דעם גרױסן שטײן, װאָס זײ האָבן אױף אים אַרױפֿגעלײגט דעם אָרון פֿון ה׳; ער איז ביז אױף הײַנטיקן טאָג אין דעם פֿעלד פֿון יְהוֹשועַ דעם בֵית-שֶמֶשער.
19און ער האָט געשלאָגן צװישן די מענטשן פֿון בֵית-שֶמֶש, װײַל זײ האָבן געקוקט אױף דעם אָרון פֿון ה׳, און ער האָט געשלאָגן צװישן דעם פֿאָלק זיבעציק מאַן און פֿופֿציק טױזנט מאַן. און דאָס פֿאָלק האָט געטרױערט װאָס ה׳ האָט געשלאָגן צװישן דעם פֿאָלק אַ גרױסן שלאַק. 20און די מענטשן פֿון בֵית-שֶמֶש האָבן געזאָגט: װער קען באַשטײן פֿאַר ה׳ דעם דאָזיקן הײליקן אלֹקים? און צו װעמען זאָל ער אַרױפֿגײן פֿון אונדז?
21האָבן זײ געשיקט שלוחים צו די באַװױנער פֿון קִריַת-יְעָרים, אַזױ צו זאָגן: די פּלִשתּים האָבן אומגעקערט דעם אָרון פֿון ה׳. נידערט אַראָפּ, נעמט אים אַרױף צו אײַך.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in