YouVersion Logo
Search Icon

שמוּאֵל אַ ה

ה
1און די פּלִשתּים האָבן גענומען דעם אָרון פֿון האלֹקים, און האָבן אים געבראַכט פֿון אֶבֿן-עֶזֶר קײן אַשדוֹד. 2און די פּלִשתּים האָבן גענומען דעם אָרון פֿון האלֹקים, און האָבן אים געבראַכט אין הױז פֿון דָגוֹן, און אים אַװעקגעשטעלט לעבן דָגוֹן. 3און די אַשדוֹדער האָבן זיך געפֿעדערט אױף מאָרגן, ערשט דָגוֹן ליגט אַנידערגעפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳; האָבן זײ גענומען דָגוֹן און האָבן אים אומגעקערט אױף זײַן אָרט. 4און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אױף מאָרגן אין דער פֿרי, ערשט דָגוֹן ליגט אַנידערגעפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳, און דער קאָפּ פֿון דָגוֹן און זײַן בײדע האַנטפֿלעכן ליגן אָפּגעהאַקט אױפֿן שװעל; נאָר דער פֿיש־טײל לײַב פֿון דָגוֹן איז אים געבליבן. 5דערום טרעטן נישט די פּריסטער פֿון דָגוֹן, און אַלע װאָס קומען אין הױז פֿון דָגוֹן, אױף דעם שװעל פֿון דָגוֹן אין אַשדוֹד ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
6און די האַנט פֿון ה׳ איז געװען שװער אױף די אַשדוֹדער און ער האָט זײ פֿאַרװיסט, און האָט זײ געפּלאָגט מיט בלאָטערן – אַשדוֹד מיט אירע געמאַרקן. 7און װי די אַשדוֹדער האָבן געזען אַז עס האַלט אַזױ, האָבן זײ געזאָגט: דער אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל טאָר נישט בלײַבן בײַ אונדז, װאָרעם זײַן האַנט איז האַרט אױף אונדז און אױף דָגוֹן אלוקינו.
8און זײ האָבן געשיקט און האָבן אײַנגעזאַמלט צו זיך אַלע פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים, און זײ האָבן געזאָגט: װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל? האָבן יענע געזאָגט קײן גַת זאָל אַריבערגײן דער אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל. און זײ האָבן אַריבערגעטראָגן דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל.
9און עס איז געװען, נאָך דעם װי זײ האָבן אים אַריבערגעטראָגן, איז די האַנט פֿון ה׳ געװען אין דער שטאָט מיט זײער אַ גרױסער מהומה, און ער האָט געפּלאָגט די מענטשן פֿון דער שטאָט פֿון קלײן ביז גרױס, און עס האָבן אױסגעבראָכן בײַ זײ בלאָטערן. 10האָבן זײ אַװעקגעשיקט דעם אָרון פֿון האלֹקים קײן עֶקרוֹן.
און עס איז געװען, װי דער אָרון פֿון האלֹקים איז אָנגעקומען קײן עֶקרוֹן, האָבן די עֶקרוֹנער געשריִען, אַזױ צו זאָגן: מע האָט אַריבערגעבראַכט צו מיר דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל, צו טײטן מיך און מײַן פֿאָלק. 11און זײ האָבן געשיקט און האָבן אײַנגעזאַמלט אַלע פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים, און זײ האָבן געזאָגט: שיקט אַװעק דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל, און זאָל ער זיך אומקערן צו זײַן אָרט, כּדי ער זאָל נישט טײטן מיך און מײַן פֿאָלק. װאָרעם אַ טױט-מהומה איז געװען אין דער גאַנצן שטאָט; די האַנט פֿון ה׳ איז דאָרטן געװען זײער שװער. 12און די מענטשן װאָס זײַנען נישט געשטאָרבן, זײַנען געפּלאָגט געװאָרן מיט בלאָטערן, און דאָס געשרײ פֿון דער שטאָט איז אַרױף ביזן הימל.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in