YouVersion Logo
Search Icon

וַיִּקְרָא כו

כו
1איר זאָלט אײַך נישט מאַכן אָפּגעטער, און אַ געשניצטן געץ און אַ זײַלשטײן זאָלט איר אײַך נישט אױפֿשטעלן, און אַ שטײנבילד זאָלט איר נישט שטעלן אין אײַער לאַנד, זיך צו בוקן פֿאַר אים, װאָרעם איך בין ה׳ אלוקיכם.
2מײַנע שבתים זאָלט איר היטן, און פֿאַר מײַן מִקדָש זאָלט איר האָבן אָפּשײַ: איך בין ה׳.
בחֻקוֹתַי
3אױב איר װעט גײן אין מײַנע חוקים, און היטן מײַנע געבאָט, און זײ טאָן, 4װעל איך געבן אײַערע רעגנס אין זײער צײַט, און די ערד װעט געבן איר תּבֿואה, און דער בױם פֿון פֿעלד װעט געבן זײַן פֿרוכט. 5און דרעשן װעט גרײכן בײַ אײַך ביז האַרבסטן, און האַרבסטן װעט גרײכן ביז זריעה-צײַט; און איר װעט עסן אײַער ברױט צו זאַט, און זיצן אין זיכערקײט אין אײַער לאַנד. 6און איך װעל געבן שלום אין לאַנד, און איר װעט זיך לײגן, און קײנער װעט נישט שרעקן; און איך װעל אױסראָטן אַ בײזע חיה פֿון לאַנד, און אַ שװערד װעט נישט דורכגײן אין אײַער לאַנד. 7און איר װעט נאָכיאָגן אײַערע פֿײַנט, און זײ װעלן פֿאַלן פֿאַר אײַך דורכן שװערד. 8און פֿינף פֿון אײַך װעלן נאָכיאָגן הונדערט, און הונדערט פֿון אײַך װעלן נאָכיאָגן צען טױזנט, און אײַערע פֿײַנט װעלן פֿאַלן פֿאַר אײַך דורכן שװערד. 9און איך װעל זיך קערן צו אײַך, און װעל אײַך פֿרוכפּערן און אײַך מערן, און איך װעל אױפֿשטעלן מײַן ברית מיט אײַך. 10און איר װעט עסן אַלטע, גאָר אַלטע תּבֿואה, און איר װעט אַרױסראַמען די אַלטע פֿון װעגן דער נײַער. 11און איך װעל מאַכן מײַן מישכּן צװישן אײַך, און מײַן זעל װעט אײַך נישט פֿאַראומװערדיקן. 12און איך װעל אומגײן צװישן אײַך, און איך װעל זײַן אײַער ג-ט, און איר װעט זײַן מײַן פֿאָלק. 13איך בין ה׳ אלוקיכם, װאָס האָב אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם פֿון צו זײַן קנעכט צו זײ, און איך האָב צעבראָכן די שטאַנגען פֿון אײַער יאָך, און האָב אײַך געפֿירט מיט אַן אױפֿגעהױבענעם קאָפּ.
14אױב אָבער איר װעט נישט צוהערן צו מיר, און װעט נישט טאָן אַלע די דאָזיקע געבאָט, 15און אױב מײַנע חוקים װעט איר פֿאַראַכטן, און אױב מײַנע געזעצן װעט פֿאַראומװערדיקן אײַער זעל, נישט צו טאָן אַלע מײַנע געבאָט, כּדי איר זאָלט פֿאַרשטערן מײַן ברית, 16װעל איך אױך טאָן דאָס דאָזיקע צו אײַך: איך װעל אָנזעצן אױף אײַך אַ בהלה – די דער שװינדזוכט, און קדחת, װאָס מאַכן אױסגײן די אױגן און פֿאַרשמאַכטן די זעל. און איר װעט זײען אײַער זאָמען אומנישט, װאָרעם אײַערע פֿײַנט װעלן עס אױפֿעסן. 17און איך װעל קערן מײַן פּנים אַקעגן אײַך, און איר װעט געשלאָגן װערן פֿאַר אײַערע פֿײַנט, און אײַערע שָׂונאים װעלן געװעלטיקן איבער אײַך; און איר װעט לױפֿן װען קײנער יאָגט אײַך נישט.
18און אױב איר װעט בײַ אַלעם דעם נישט צוהערן צו מיר, װעל איך אײַך זיבן מאָל מער שטראָפֿן פֿאַר אײַערע זינד. 19און איך װעל צעברעכן אײַער שטאָלצע מאַכט, און װעל מאַכן אײַער הימל אַזױ װי אײַזן, און אײַער ערד אַזױ װי קופּער. 20און אײַער כּוֹח װעט אַװעקגײן אומנישט, און אײַער ערד װעט נישט געבן איר תּבֿואה, און דער בױם פֿון לאַנד װעט נישט געבן זײַן פֿרוכט.
21און אױב איר װעט גײן מיר דערװידער, און װעט נישט װעלן צוהערן צו מיר, װעל איך זיבן מאָל מערן אױף אײַך שלעק, לױט אײַערע זינד. 22און איך װעל אָנשיקן אױף אײַך די חיה פֿון פֿעלד, און זי װעט אײַך באַרױבן פֿון קינדער, און פֿאַרשנײַדן אײַערע בהמות, און אײַך פֿאַרמינערן; און אײַערע װעגן װעלן פֿאַרװיסט װערן.
23און אױב איר װעט דערמיט מיר נישט אױסגעמוסרט װערן, און איר װעט גײן מיר דערװידער, װעל איך אױך גײן אײַך דערװידער, 24און איך אױך װעל אײַך שלאָגן זיבן מאָל פֿאַר אײַערע זינד. 25און איך װעל ברענגען אױף אײַך אַ שװערד, װאָס װעט זיך נוֹקם זײַן די נקמה פֿון דעם ברית, און איר װעט זיך פֿאַרקלײַבן אין אײַערע שטעט. און איך װעל אָנשיקן אַ מגפֿה צװישן אײַך, און איר װעט געגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם פֿײַנט. 26אַז איך װעל אײַך צעברעכן דעם אונטערלען פֿון ברױט, װעלן צען װײַבער באַקן אײַער ברױט אין אײן אױװן, און זײ װעלן אָפּברענגען אײַער ברױט אױפֿן װאָג, און איר װעט עסן און נישט זאַט װערן.
27און אױב איר װעט נאָך דעם נישט צוהערן צו מיר, און איר װעט גײן מיר דערװידער, 28װעל איך גײן אײַך דערװידער מיט גרימצאָרן, און איך אױך װעל אײַך שטראָפֿן זיבן מאָל פֿאַר אײַערע זינד. 29און איר װעט עסן דאָס פֿלײש פֿון אײַערע זין, און דאָס פֿלײש פֿון אײַערע טעכטער װעט איר עסן. 30און איך װעל פֿאַרטיליקן אײַערע בָמות, און װעל פֿאַרשנײַדן אײַערע זונזײַלן, און אַהינטאָן אײַערע פּגרים אױף די פּגרים פֿון אײַערע געצן, און מײַן זעל װעט אײַך פֿאַראומװערדיקן. 31און איך װעל מאַכן פֿון אײַערע שטעט אַ חורבֿן, און װעל פֿאַרװיסטן אײַערע הײליקטומען, און װעל נישט שמעקן אײַערע געשמאַקע ריחות. 32און איך װעל פֿאַרװיסטן דאָס לאַנד, און אײַערע פֿײַנט װאָס זיצן דערין, װעלן גאַפֿן איבער איר. 33און אײַך װעל איך צעשפּרײטן צװישן די פֿעלקער, און איך װעל אַרױסציען נאָך אײַך אַ שװערד, און אײַער לאַנד װעט זײַן אַ װיסטעניש און אײַערע שטעט װעלן זײַן אַ חורבֿן. 34דענצמאָל װעט דאָס לאַנד אָפּצאָלן אירע שבתים – אַלע טעג װאָס עס װעט װיסט זײַן, און איר װעט זײַן אין דעם לאַנד פֿון אײַערע פֿײַנט; דענצמאָל װעט דאָס לאַנד רוען, און באַצאָלן אירע שבתים. 35אַלע טעג װאָס עס װעט װיסט זײַן, װעט עס רוען װי עס האָט נישט גערוט אין אײַערע שבתים, װען איר זײַט געזעסן דערױף. 36און די װאָס װעלן בלײַבן פֿון אײַך, װעל איך אַרײַנברענגען אַ שרעקעדיקײט אין זײער האַרצן, אין די לענדער פֿון זײער פֿײַנט, און זײ װעט נאָכיאָגן דער שאָרך פֿון אַ געטריבענעם בלאַט, און זײ װעלן לױפֿן װי מע לױפֿט פֿון שװערד, און פֿאַלן װען קײנער יאָגט נישט. 37און זײ װעלן געשטרױכלט װערן אײנער אָן אַנדערן, אַזױ װי פֿאַרן שװערד, װען קײנער יאָגט נישט; און איר װעט נישט האָבן קײן תּקומה פֿאַר אײַערע פֿײַנט. 38און איר װעט אונטערגײן צװישן די פֿעלקער, און דאָס לאַנד פֿון אײַערע פֿײַנט װעט אײַך אױפֿעסן. 39און די געבליבענע פֿון אײַך װעלן אײַנגײן פֿאַר זײער זינד אין די לענדער פֿון אײַערע פֿײַנט; און אױך פֿאַר די זינד פֿון זײערע עלטערן װעלן זײ אײַנגײן אַזױ װי יענע. 40און זײ װעלן זיך מוֹדה זײַן אױף זײערע זינד, און אױף די זינד פֿון זײערע עלטערן, אין זײער פֿעלשונג, װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אָן מיר, און אױך װאָס זײ זײַנען געגאַנגען מיר דערװידער;
41װאָס דערפֿאַר בין איך אױך זײ געגאַנגען דערװידער, און האָב זײ געבראַכט אין דעם לאַנד פֿון זײערע פֿײַנט. אױב זײער אומבאַשניטן האַרץ װעט דענצמאָל װערן אונטערטעניק, און זײ װעלן דענצמאָל האָבן אָפּגעצאָלט פֿאַר זײערע זינד, 42װעל איך זיך דערמאָנען אָן מײַן ברית מיט יעקבֿן, און אױך אָן מײַן ברית מיט יִצחָקן, און אױך אָן מײַן ברית מיט אבֿרהמען װעל איך זיך דערמאָנען, און אָן דעם לאַנד װעל איך זיך דערמאָנען. 43װאָרעם דאָס לאַנד װעט זײַן פֿאַרלאָזן אָן זײ, און װעט אָפּצאָלן אירע שבתים, װען עס װעט זײַן װיסט אָן זײ; און זײ װעלן אָפּצאָלן פֿאַר זײערע זינד; װײַל און באַװײַל מײַנע געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט, און מײַנע חוקים האָט פֿאַראומװערדיקט זײער זעל. 44אָבער אַפֿילו דענצמאָל, װען זײ װעלן זײַן אין דעם לאַנד פֿון זײערע פֿײַנט, װעל איך זײ נישט פֿאַראַכטן, און װעל זײ נישט פֿאַראומװערדיקן, זײ צו פֿאַרלענדן, צו פֿאַרשטערן מײַן ברית מיט זײ, װאָרעם איך בין ה׳ זײער ג-ט. 45און איך װעל זיך דערמאָנען פֿון זײערטװעגן אָן דעם ברית מיט די ערשטע, װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם פֿאַר די אױגן פֿון די פֿעלקער, זײ צו זײַן צום אלֹקים: איך בין ה׳.
46דאָס זײַנען די חוקים און די געזעצן און די לערנונגען װאָס ה׳ האָט געגעבן צװישן אים און צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אױפֿן באַרג סינַי דורך דער האַנט פֿון משהן.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in