YouVersion Logo
Search Icon

וַיִּקְרָא כה

כה
בהַר
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן אױפֿן באַרג סינַי, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך גיב אײַך, זאָל דאָס לאַנד האַלטן אַ שבת צו ה׳. 3זעקס יאָר זאָלסטו פֿאַרזײען דײַן פֿעלד, און זעקס יאָר זאָלסטו אַרומשנײַדן דײַן װײַנגאָרטן, און אײַנזאַמלען דעם אײַנטראָג דערפֿון. 4אָבער אױפֿן זיבעטן יאָר זאָל זײַן אַ שבת פֿון רואונג פֿאַרן לאַנד, אַ שבת צו ה׳; דײַן פֿעלד זאָלסטו נישט פֿאַרזײען, און דײַן װײַנגאָרטן זאָלסטו נישט אַרומשנײַדן.
5דעם נאָכװוּקס פֿון דײַן שניט זאָלסטו נישט שנײַדן, און די טרױבן פֿון דײַנע נישט באַשניטענע װײַנשטאָקן זאָלסטו נישט האַרבסטן; אַ יאָר פֿון רואונג זאָל עס זײַן פֿאַרן לאַנד. 6און די שבת-פֿרוכט פֿון לאַנד זאָל זײַן פֿאַר אײַך צום עסן: פֿאַר דיר, און פֿאַר דײַן קנעכט, און פֿאַר דײַן דינסט, און פֿאַר דײַן געדונגענעם, און פֿאַר דײַן אײַנגעװאַנדערטן, װאָס האַלט זיך אױף בײַ דיר; 7און פֿאַר דײַן בהמה, און פֿאַר דער חיה װאָס אין דײַן לאַנד, זאָל זײַן איר גאַנצער אײַנטראָג צום עסן.
8און זאָלסט דיר אָפּצײלן זיבן שבתים יאָרן, זיבן מאָל זיבן יאָר; און די טעג פֿון די זיבן שבתים יאָרן װעלן דיר זײַן נײַן און פֿערציק יאָר. 9דענצמאָל זאָלסטו אַרױסלאָזן אַ שאַלונג פֿון שופֿר; אין זיבעטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש, אום יוֹם-כּפּור, זאָלט איר אַרױסלאָזן אַ שופֿר אין אײַער גאַנצן לאַנד. 10און איר זאָלט הײליקן דאָס פֿופֿציקסטע יאָר, און אױסרופֿן אַ פֿרײַלאָזונג אין לאַנד פֿאַר אַלע אירע באַװױנער; יוֹבֿל זאָל עס אײַך זײַן; און איר זאָלט אײַך אומקערן איטלעכער צו זײַן אײגנטום, און איטלעכער צו זײַן משפּחה זאָלט איר אײַך אומקערן. 11יוֹבֿל זאָל דאָס פֿופֿציקסטע יאָר אײַך זײַן; איר זאָלט נישט זײען, און נישט שנײַדן זײַנע נאָכװוּקסן, און נישט האַרבסטן זײַנע נישט באַשניטענע װײַנשטאָקן. 12װאָרעם יוֹבֿל איז דאָס; הײליק זאָל עס אײַך זײַן; פֿון פֿעלד אַראָפּ זאָלט איר עסן זײַן תּבֿואה. 13אין דעם דאָזיקן יאָר פֿון יוֹבֿל זאָלט איר אײַך אומקערן איטלעכער צו זײַן אײגנטום. 14און אַז איר װעט פֿאַרקױפֿן אַ פֿאַרקױפֿונג צו דײַן חבֿר, אָדער קױפֿן פֿון דער האַנט פֿון דײַן חבֿר, זאָלט איר נישט נאַרן אײנער דעם אַנדערן. 15לױט דער צאָל פֿון די יאָרן נאָכן יוֹבֿל זאָלסטו קױפֿן פֿון דײַן חבֿר; לױט דער צאָל פֿון תּבֿואה-יאָרן זאָל ער דיר פֿאַרקױפֿן. 16לױט דער מערקײט פֿון די יאָרן זאָלסטו מערן דעם מקח דערפֿון, און לױט דער מינערקײט פֿון די יאָרן זאָלסטו מינערן דעם מקח דערפֿון; װאָרעם די צאָל פֿון תּבֿואות פֿאַרקױפֿט ער דיר. 17און איר זאָלט נישט נאַרן אײנער דעם אַנדערן, און זאָלסט מורא האָבן פֿאַר דײַן ג-ט, װאָרעם איך בין ה׳ אלוקיכם. 18און איר זאָלט טאָן מײַנע חוקים, און היטן מײַנע געזעצן, און זײ טאָן, כּדי איר זאָלט זיצן אױף אײַער לאַנד אין זיכערקײט. 19און דאָס לאַנד װעט געבן איר פֿרוכט, און איר װעט עסן צו זאַט, און װעט זיצן אין זיכערקײט דערױף. 20און אַז איר װעט זאָגן: װאָס װעלן מיר עסן אין זיבעטן יאָר? מיר װעלן דאָך נישט זײען, און נישט אײַנזאַמלען אונדזער תּבֿואה? 21װעל איך באַפֿעלן מײַן ברכה אױף אײַך אין דעם זעקסטן יאָר, און עס װעט ברענגען תּבֿואה פֿאַר דרײַ יאָר. 22און אַז איר װעט זײען אױפֿן אַכטן יאָר, װעט איר עסן פֿון דער תּבֿואה, דאָס אַלטע; ביזן נײַנטן יאָר, ביז עס קומט זײַן תּבֿואה, װעט איר עסן דאָס אַלטע. 23און די ערד זאָל נישט פֿאַרקױפֿט װערן אױף אײביק, װאָרעם צו מיר געהערט די ערד; װאָרעם פֿרעמדע און אײַנגעװאַנדערטע זײַט איר בײַ מיר. 24און אין דעם גאַנצן לאַנד פֿון אײַער אײגנטום זאָלט איר געבן דער ערד אַן אױסלײזונג.
25אַז דײַן ברודער װעט אָרים װערן, און װעט פֿאַרקױפֿן פֿון זײַן אײגנטום, זאָל קומען זײַן קרובֿ װאָס איז דער נענטסטער צו אים, און אױסלײזן דעם פֿאַרקױף פֿון זײַן ברודער. 26און אַז אַ מאַן װעט נישט האָבן קײן אױסלײזער, אָבער זײַן האַנט װעט װערן פֿאַרמעגלעך, און ער װעט צונױפֿקריגן גענוג עס אױסצולײזן, 27זאָל ער באַרעכענען די יאָרן פֿון זײַן פֿאַרקױפֿונג, און צוריקצאָלן דעם רעשט צו דעם מאַן װאָס ער האָט צו אים פֿאַרקױפֿט; און ער זאָל זיך אומקערן צו זײַן אײגנטום. 28אױב אָבער זײַן האַנט קען נישט צונױפֿקריגן גענוג אים צוריקצוצאָלן, זאָל זײַן פֿאַרקױף בלײַבן אין דער האַנט פֿון דעם װאָס האָט עס געקױפֿט, ביז דעם יאָר פֿון יוֹבֿל, און אום יוֹבֿל זאָל עס אַרױסגײן; און ער זאָל זיך אומקערן צו זײַן אײגנטום.
29און אַז אַ מאַן װעט פֿאַרקױפֿן אַ װױנהױז אין אַ שטאָט מיט אַ מױער, זאָל זײַן אױסלײזרעכט זײַן ביז עס ענדיקט זיך דאָס יאָר פֿון זײַן פֿאַרקױפֿונג; אַ יאָר זאָל זײַן זײַן אױסלײזרעכט. 30אױב אָבער עס װעט נישט אױסגעלײזט װערן ביז עס װערט פֿול דערױף אַ גאַנץ יאָר, זאָל דאָס הױז װאָס אין דער שטאָט װאָס האָט אַ מױער, בלײַבן אױף אײביק בײַ דעם װאָס האָט עס געקױפֿט, אױף זײַנע דור-דורות; עס זאָל נישט אַרױסגײן אום יוֹבֿל. 31אָבער די הײַזער פֿון די דערפֿער, װאָס האָבן נישט קײן מױער רונד אַרום, זאָלן צוגערעכנט װערן צום פֿעלד פֿון לאַנד; זײ זאָלן האָבן אַן אױסלײזונג, און אום יוֹבֿל זאָלן זײ אַרױסגײן. 32און די שטעט פֿון די לוִיִים, די הײַזער פֿון די שטעט פֿון זײער אײגנטום – די לוִיִים האָבן אַן אײביק אױסלײזרעכט. 33און אַז מע װעט קױפֿן פֿון די לוִיִים, זאָל דאָס פֿאַרקױפֿטע הױז אין דער שטאָט פֿון זײַן אײגנטום אַרױסגײן אום יוֹבֿל, װאָרעם די הײַזער פֿון די שטעט פֿון די לוִיִים דאָס איז זײער אײגנטום צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 34אָבער דאָס פֿעלד פֿון דעם פֿרײַען פּלאַץ אַרום זײערע שטעט קען נישט פֿאַרקױפֿט װערן, װאָרעם אַן אײביק אײגנטום איז דאָס זײ.
35און אַז דײַן ברודער װעט אָרים װערן, און זײַן האַנט װעט זײַן געפֿאַלן בײַ דיר, זאָלסטו אים אױפֿהאַלטן װי אַ פֿרעמדן און אײַנגעװאַנדערטן, אַז ער זאָל קענען לעבן בײַ דיר. 36זאָלסט נישט נעמען פֿון אים צינזן אָדער מערונג, און זאָלסט מורא האָבן פֿאַר דײַן ג-ט; כּדי דײַן ברודער זאָל קענען לעבן בײַ דיר. 37זאָלסט אים נישט געבן דײַן געלט אױף צינזן, און דײַן עסנװאַרג זאָלסטו נישט געבן אױף מערונג. 38איך בין ה׳ אלוקיכם װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון דעם לאַנד מִצרַיִם, אײַך צו געבן דאָס לאַנד כּנַעַן, צו זײַן צו אײַך צום אלֹקים.
39און אַז דײַן ברודער װעט אָרים װערן בײַ דיר, און װעט זיך פֿאַרקױפֿן צו דיר, זאָלסטו נישט אַרבעטן מיט אים אַזױ װי מע אַרבעט מיט אַ קנעכט. 40װי אַ געדונגענער, װי אַן אײַנגעװאַנדערטער, זאָל ער זײַן בײַ דיר; ביז דעם יאָר פֿון יוֹבֿל זאָל ער דינען בײַ דיר. 41דענצמאָל זאָל ער אַרױסגײן פֿון דיר, ער און זײַנע קינדער מיט אים, און ער זאָל זיך אומקערן צו זײַן משפּחה, און צו דעם אײגנטום פֿון זײַנע עלטערן זאָל ער זיך אומקערן. 42װאָרעם מײַנע קנעכט זײַנען זײ, װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם; זײ טאָרן נישט פֿאַרקױפֿט װערן װי מע פֿאַרקױפֿט אַ קנעכט. 43זאָלסט נישט געװעלטיקן איבער אים מיט האַרטיקײט, און זאָלסט מורא האָבן פֿאַר דײַן ג-ט. 44און דײַן קנעכט און דײַן דינסט, װאָס װעלן זײַן בײַ דיר – פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום אײַך, פֿון זײ זאָלט איר קױפֿן אַ קנעכט אָדער אַ דינסט. 45און אױך פֿון די קינדער פֿון די אײַנגעװאַנדערטע װאָס האַלטן זיך אױף בײַ אײַך, פֿון זײ קענט איר קױפֿן, און פֿון זײערע משפּחות װאָס בײַ אײַך, װאָס זײ האָבן געבאָרן אין אײַער לאַנד; און זײ קענען אײַך װערן צום אײגנטום. 46און איר קענט זײ לאָזן בירושה צו אײַערע קינדער נאָך אײַך, צו אַרבן פֿאַר אַן אײגנטום; אױף אײביק קענט איר אַרבעטן מיט זײ; אָבער איבער אײַערע ברידער, די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אײנער איבערן אַנדערן, זאָלט איר נישט געװעלטיקן מיט האַרטיקײט.
47און אַז די האַנט פֿון דעם פֿרעמדן אָדער דעם אײַנגעװאַנדערטן בײַ דיר װעט װערן פֿאַרמעגלעך, און דײַן ברודער װעט אָרים װערן לעבן אים, און װעט זיך פֿאַרקױפֿן צו דעם אײַנגעװאַנדערטן פֿרעמדן בײַ דיר, אָדער צו אַן אָפּשטאַם פֿון אַ פֿרעמדנס משפּחה, 48קען ער, נאָכדעם װי ער האָט זיך פֿאַרקױפֿט, האָבן אַן אױסלײזונג; אײנער פֿון זײַנע ברידער קען אים אױסלײזן; 49אָדער זײַן פֿעטער, אָדער זײַן פֿעטערס זון קען אים אױסלײזן, אָדער עמיצער אַ לײַב-קרוב פֿון זײַן משפּחה קען אים אױסלײזן; אָדער, אױב זײַן האַנט װערט פֿאַרמעגלעך, קען ער זיך אַלײן אױסלײזן. 50און ער זאָל זיך אױסרעכענען מיט זײַן קױפֿער, פֿון דעם יאָר װאָס ער האָט זיך פֿאַרקױפֿט צו אים ביז דעם יאָר פֿון יוֹבֿל, און דאָס געלט פֿון זײַן פֿאַרקױפֿונג זאָל אױסגעװאָרפֿן װערן לױט דער צאָל פֿון יאָרן; אַזױ װי די טעג פֿון אַ געדונגענעם זאָל זײַן װאָס ער איז אָפּגעװען בײַ אים. 51סײַ עס זײַנען נאָך דאָ פֿיל יאָרן, זאָל ער לױט זײ צוריקצאָלן פֿון זײַן פּרײַז פֿאַר זײַן אױסלײזונג, 52און סײַ עס זײַנען געבליבן װינציק יאָרן ביז דעם יאָר פֿון יוֹבֿל, זאָל ער זיך מיט אים אױסרעכענען; װי נאָך זײַנע יאָרן זאָל ער צוריקצאָלן פֿאַר זײַן אױסלײזונג. 53אַזױ װי אַ געדונגענער פֿון יאָר צו יאָר זאָל ער זײַן בײַ אים; ער זאָל נישט געװעלטיקן איבער אים מיט האַרטיקײט פֿאַר דײַנע אױגן. 54און אױב ער װעט נישט אױסגעלײזט װערן אױף די דאָזיקע אוֹפַֿנים, זאָל ער אַרױסגײן אין יאָר פֿון יוֹבֿל, ער און זײַנע קינדער מיט אים. 55װאָרעם צו מיר זײַנען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל קנעכט; מײַנע קנעכט זײַנען זײ, װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם: איך בין ה׳ אלוקיכם.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in