YouVersion Logo
Search Icon

וַיִּקְרָא כז

כז
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז אַ מאַן װעט קלאָר אַרױסרעדן אַ נדר פֿון נפֿשות צו ה׳, לױט דײַן שאַצונג, 3זאָל דײַן שאַצונג זײַן פֿאַר אַ זָכר פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און ביז זעכציק יאָר אַלט – זאָל דײַן שאַצונג זײַן פֿופֿציק שֶקל זילבער, אױפֿן הײליקן שֶקל. 4און אױב דאָס איז אַ נקבֿה, זאָל דײַן שאַצונג זײַן דרײַסיק שֶקל. 5און אױב פֿון פֿינף יאָר אַלט און ביז צװאַנציק יאָר אַלט, זאָל דײַן שאַצונג זײַן, אַ זָכר צװאַנציק שֶקל, און פֿאַר אַ נקבֿה צען שֶקל. 6און אױב פֿון אַ חודש אַלט און ביז פֿינף יאָר אַלט, זאָל דײַן שאַצונג זײַן, אַ זָכר פֿינף שֶקל זילבער, און פֿאַר אַ נקבֿה זאָל דײַן שאַצונג זײַן דרײַ שֶקל זילבער. 7און אױב פֿון זעכציק יאָר אַלט און העכער, אױב אַ זָכר, זאָל דײַן שאַצונג זײַן פֿופֿצן שֶקל, און פֿאַר אַ נקבֿה צען שֶקל. 8און אױב ער איז צו אָרים פֿאַר דײַן שאַצונג, זאָל מען אים שטעלן פֿאַרן כּהן, און דער כּהן זאָל אים אָפּשאַצן; לױט װי עס פֿאַרמאָגט די האַנט פֿון דעם װאָס טוט דעם נדר, זאָל אים אָפּשאַצן דער כּהן.
9און אױב דאָס איז אַ בהמה װאָס מע איז מקריבֿ דערפֿון אַ קָרבָּן צו ה׳, זאָל אַלץ װאָס ער גיט פֿון אַזעלכע צו ה׳, זײַן הײליק. 10ער טאָר עס נישט טױשן און טאָר דאָס נישט אומבײַטן, בעסערס אױף ערגערן, אָדער ערגערס אױף בעסערן; און אױב אומבײַטן װעט ער אומבײַטן אַ בהמה פֿאַר אַ בהמה, זאָל אי זי אי איר אומבײַט זײַן הײליק. 11און אױב דאָס איז װאָסער עס איז אומרײנע בהמה, װאָס מע איז דערפֿון נישט מקריבֿ אַ קָרבָּן צו ה׳, זאָל ער שטעלן די בהמה פֿאַרן כּהן, 12און דער כּהן זאָל זי אָפּשאַצן, אױב זי איז גוט אָדער שלעכט; אַזױ װי דו, דער כּהן, שאַצסט, אַזױ זאָל זײַן. 13און אױב אױסלײזן װיל ער זי אױסלײזן, זאָל ער צולײגן אַ פֿינפֿטל דערפֿון צו דײַן שאַצונג.
14און אַז אַ מאַן װעט הײליקן זײַן הױז הײליק צו ה׳, זאָל עס דער כּהן אָפּשאַצן, אױב עס איז גוט אָדער שלעכט; אַזױ װי דער כּהן װעט עס אָפּשאַצן, אַזױ זאָל באַשטײן. 15און אױב דער װאָס הײליקט עס װיל אױסלײזן זײַן הױז, זאָל ער צולײגן דערצו אַ פֿינפֿטל פֿון דעם געלט פֿון דײַן שאַצונג, און עס זאָל בלײַבן בײַ אים.
16און אױב פֿון דעם פֿעלד פֿון זײַן אײגנטום װעט אַ מאַן הײליקן צו ה׳, זאָל דײַן שאַצונג זײַן לױט דער זריעה דערפֿון: די זריעה פֿון אַ חוֹמֶר גערשטן אין פֿופֿציק שֶקל זילבער. 17אױב ער װעט הײליקן זײַן פֿעלד פֿון דעם יאָר פֿון יוֹבֿל, זאָל עס באַשטײן לױט דײַן שאַצונג.
18און אױב ער װעט הײליקן זײַן פֿעלד נאָכן יוֹבֿל, זאָל אים דער כּהן באַרעכענען דאָס געלט לױט דער צאָל פֿון די יאָרן װאָס זײַנען געבליבן ביז דעם יאָר פֿון יוֹבֿל, און אַן אַראָפּרעכענונג זאָל געמאַכט װערן פֿון דײַן שאַצונג. 19און אױב אױסלײזן װיל אױסלײזן דאָס פֿעלד דער װאָס הײליקט עס, זאָל ער צולײגן דערצו אַ פֿינפֿטל פֿון דעם געלט פֿון דײַן שאַצונג, און עס זאָל זיך אָפּשטעלן בײַ אים. 20אױב אָבער ער װעט נישט אױסלײזן דאָס פֿעלד, אָדער אױב מע האָט פֿאַרקױפֿט דאָס פֿעלד צו אַן אַנדער מענטשן, קען עס מער נישט אױסגעלײזט װערן. 21און דאָס פֿעלד, װען עס גײט אַרױס אום יוֹבֿל, זאָל זײַן הײליק צו ה׳, אַזױ װי אַ פֿעלד פֿון חרם; צום כּהן זאָל געהערן דאָס אײגנטום דערפֿון.
22און אױב ער װעט הײליקן צו ה׳ זײַנס אַ געקױפֿט פֿעלד, װאָס איז נישט פֿון דעם פֿעלד פֿון זײַן אײגנטום, 23זאָל אים דער כּהן באַרעכענען דעם באַטרעף פֿון דײַן שאַצונג ביז דעם יאָר פֿון יוֹבֿל, און ער זאָל געבן דײַן שאַצונג אין דעם אײגענעם טאָג, הײליק צו ה׳. 24אין יאָר פֿון יוֹבֿל זאָל דאָס פֿעלד זיך אומקערן צו דעם װאָס ער האָט עס פֿון אים געקױפֿט, װאָס צו אים געהערט דאָס אײגנטום פֿון דעם לאַנד. 25און דײַן יעטװעדער שאַצונג זאָל זײַן אױפֿן הײליקן שֶקל; צװאַנציק גֵרָה זאָל זײַן דער שֶקל.
26אָבער אַ בכוֹר צװישן בהמות, װאָס געהערט דורך זײַן בכוֹרהשאַפֿט צו ה׳, אים דאַרף קײנער נישט הײליקן; סײַ אַן אָקס, סײַ אַ שעפּס, געהערט ער צו ה׳. 27און אױב פֿון אַן אומרײנער בהמה, זאָל מען אױסלײזן לױט דײַן שאַצונג, און צולײגן דערצו אַ פֿינפֿטל דערפֿון; און אױב ער װעט נישט אױסגעלײזט װערן, זאָל ער פֿאַרקױפֿט װערן לױט דײַן שאַצונג.
28אָבער קײן חרם װאָס עמיצער װעט מאַכן חרם צו ה׳, פֿון אַלץ װאָס ער האָט, פֿון מענטשן, אָדער פֿון בהמות, אָדער פֿון דעם פֿעלד פֿון זײַן אײגנטום, קען נישט פֿאַרקױפֿט װערן, און נישט אױסגעלײזט װערן; איטלעכער חרם איז אַ הײליקסטע הײליקײט צו ה׳. 29קײן חרם װאָס װעט געמאַכט װערן חרם פֿון מענטשן, קען נישט אױסגעלײזט װערן; טײטן מוז ער געטײט װערן.
30און איטלעכער מעשׂר פֿון דער ערד, פֿון זאָמען פֿון דער ערד, פֿון פֿרוכט פֿון בױם, געהערט צו ה׳; הײליק צו ה׳. 31און אױב אױסלײזן װיל אַ מאַן אױסלײזן טײל פֿון זײַן מעשׂר, זאָל ער צולײגן דערצו אַ פֿינפֿטל דערפֿון. 32און איטלעכער מעשׂר פֿון רינדער און שאָף – פֿון אַלץ װאָס גײט אונטער דער רוט, זאָל דער צענטנער זײַן הײליק צו ה׳. 33מען זאָל נישט נאָכזוכן אױב ער איז גוט אָדער שלעכט, און מע זאָל אים נישט אומבײַטן; און אױב אומבײַטן װעט מען אים אומבײַטן, זאָל אי ער אי זײַן אומבײַט זײַן הײליק; ער קען נישט אױסגעלײזט װערן.
34דאָס זײַנען די געבאָט װאָס ה׳ האָט געבאָטן משהן פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אױפֿן באַרג סינַי.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in