וַיִּקְרָא כד
כד
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2באַפֿעל די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זאָלן דיר ברענגען רײנע געשלאָגענע בױמל פֿאַר דער לײַכטונג, אױף אָנצוצינדן אַ ליכט תּמיד. 3דרױסן פֿון דעם פָּרוֹכֶת פֿון צײגנים אין אוֹהל-מוֹעד זאָל עס אַהרֹן צוריכטן אױף פֿון אָװנט ביז אין דער פֿרי פֿאַר ה׳ תּמיד; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות. 4אין דער רײנער מנוֹרה זאָל ער צוריכטן די רערלעך פֿאַר ה׳ תּמיד.
5און זאָלסט נעמען זעמלמעל, און אױסבאַקן דערפֿון צװעלף חלות; פֿון צװײ צענטל אֵיפֿה זאָל זײַן יעטװעדער חלה. 6און זאָלסט זײ לײגן אין צװײ רײען, זעקס אין אַ רײ, אױפֿן רײנעם טיש פֿאַר ה׳. 7און זאָלסט אַרױפֿטאָן אױף איטלעכער רײ לױטערן װײַרעך, כּדי עס זאָל זײַן צו דעם ברױט פֿאַר אַ דערמאָנונג, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳. 8שבת אין שבת זאָל ער עס אױסלײגן פֿאַר ה׳ תּמיד; פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַן אײביקער ברית. 9און עס זאָל געהערן צו אַהרֹנען און צו זײַנע קינדער, און זײ זאָלן עס עסן אין אַ הײליקן אָרט, װאָרעם אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס, װאָס געהערט צו אים פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳; אַן אײביק רעכט.
10און דער זון פֿון אַ פֿרױ פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס איז געװען דער זון פֿון אַ מאַן אַ מִצרי, איז אַרױסגעגאַנגען צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; און דער זון פֿון דער פֿרױ פֿון יִשׂרָאֵל און אַ מאַן פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך געקריגט אין לאַגער. 11און דער זון פֿון דער פֿרױ פֿון יִשׂרָאֵל האָט געלעסטערט דעם נאָמען, און געשאָלטן, און מע האָט אים געבראַכט צו משהן. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען שלוֹמית, די טאָכטער פֿון דִבֿרין, פֿון שבֿט דָן. 12און מע האָט אים אַרײַנגעזעצט אין װאַך, ביז מע װעט זײ באַשײדן לױט דעם מױל פֿון ה׳.
13האָט ה׳ גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 14פֿיר אַרױס דעם װאָס האָט געשאָלטן, אױסן לאַגער, און אַלע װאָס האָבן געהערט זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױף זײַן קאָפּ, און די גאַנצע עדה זאָל אים פֿאַרשטײנען. 15און צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלסטו רעדן, אַזױ צו זאָגן: יעטװעדער מאַן װאָס װעט שילטן זײַן ג-ט, זאָל טראָגן זײַן זינד. 16און דער װאָס לעסטערט דעם נאָמען פֿון ה׳, זאָל טײטן געטײט װערן; פֿאַרשטײנען זאָל אים פֿאַרשטײנען די גאַנצע עדה; װי דער פֿרעמדער אַזױ דער אײַנגעבאָרענער, אַז ער לעסטערט דעם נאָמען, זאָל ער געטײט װערן.
17און אַז אַ מאַן װעט דערשלאָגן עמיצן אַ מענטשן צום טױט, זאָל ער טײטן געטײט װערן. 18און דער װאָס דערשלאָגט אַ בהמה צום טױט, זאָל זי אָפּצאָלן; אַ לעבן פֿאַר אַ לעבן. 19און אַז אַ מאַן װעט מאַכן זײַן חבֿר אַ מום, זאָל געטאָן װערן צו אים אַזױ װי ער האָט געטאָן: 20אַ בראָך פֿאַר אַ בראָך, אַן אױג פֿאַר אַן אױג, אַ צאָן פֿאַר אַ צאָן; אַזױ װי דער מום װאָס ער װעט מאַכן דעם מענטשן, אַזױ זאָל געמאַכט װערן צו אים. 21יאָ, דער װאָס דערשלאָגט אַ בהמה מוז זי אָפּצאָלן; און דער װאָס דערשלאָגט אַ מענטשן מוז געטײט װערן. 22אײן געזעץ זאָל זײַן בײַ אײַך, װי דער פֿרעמדער אַזױ זאָל זײַן דער אײַנגעבאָרענער, װאָרעם איך בין ה׳ אלוקיכם.
23און משה האָט גערעדט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן אַרױסגעפֿירט דעם װאָס האָט געשאָלטן אױסן לאַגער, און האָבן אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא כד: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025

: