Bible App logo
Search Icon

דְבָֿרִים ז

ז
1אַז ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך ברענגען אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן, און װעט אַרױסװאַרפֿן פֿון פֿאַר דיר פֿיל פֿעלקער, דעם חִתּי, און דעם גִרגָשי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם כּנַעֲני, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, זיבן פֿעלקער גרעסערע און שטאַרקערע פֿון דיר; 2און ה׳ דײַן ג-ט װעט זײ איבערגעבן צו דיר, און װעסט זײ שלאָגן; זאָלסטו פֿאַרװיסטן זײ פֿאַרװיסטן. זאָלסט זײ נישט שליסן אַ ברית, און זאָלסט זײ נישט לײַטזעליקן. 3און זאָלסט זיך נישט מתחתּן זײַן מיט זײ; דײַן טאָכטער זאָלסטו נישט געבן צו זײַן זון, און זײַן טאָכטער זאָלסטו נישט נעמען פֿאַר דײַן זון. 4װאָרעם ער װעט אָפּקערן דײַן זון פֿון הינטער מיר, און זײ װעלן דינען פֿרעמדע ג‑טער, און דער צאָרן פֿון ה׳ װעט גרימען אױף אײַך, און ער װעט דיך גיך פֿאַרטיליקן. 5נײַערט אַזױ זאָלט איר טאָן צו זײ: זײערע מזבחות זאָלט איר אײַנװאַרפֿן, און זײערע זײַלשטײנער זאָלט איר צעברעכן, און זײערע געצנבײמער זאָלט איר אָפּהאַקן, און זײערע געשניצטע בילדער זאָלט איר פֿאַרברענען אין פֿײַער. 6װאָרעם אַ הײליק פֿאָלק ביסטו בײַ ה׳ דײַן ג-ט; דיך האָט ה׳ דײַן ג-ט אױסדערװײלט אים צו זײַן פֿאַר אַן אײגן פֿאָלק, פֿון אַלע פֿעלקער װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד. 7נישט װײַל איר זײַט מער פֿון אַלע פֿעלקער, האָט ה׳ געגלוסט צו אײַך און אײַך אױסדערװײלט; װאָרעם איר זײַט דאָס װינציקסטע פֿון אַלע פֿעלקער.
8נײַערט װײַל ה׳ האָט אײַך ליב, און װײַל ער היט די שבֿועה װאָס ער האָט געשװאָרן אײַערע עלטערן, האָט אײַך ג-ט אַרױסגעצױגן מיט אַ שטאַרקער האַנט, און האָט דיך אױסגעלײזט פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט, פֿון דער האַנט פֿון פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם. 9דערום זאָלסטו װיסן זײַן אַז ה׳ דײַן ג-ט, ער איז האלֹקים, דער געטרײַער אֵל װאָס היט דעם ברית און די גענאָד צו די װאָס האָבן אים ליב, און צו די װאָס היטן זײַנע געבאָט, ביז טױזנט דורות, 10און באַצאָלט זײַנע פֿײַנט אין זײער פּנים, זײ אונטערצוברענגען; ער לײגט נישט אָפּ זײַן פֿײַנט, אין זײַן פּנים באַצאָלט ער אים. 11דערום זאָלסטו היטן דאָס געבאָט און די חוקים און די געזעצן װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט זײ צו טאָן.
עֵקֶבֿ
12און עס װעט זײַן, דערפֿאַר װאָס איר װעט צוהערן די דאָזיקע געזעצן, און װעט היטן און זײ טאָן, װעט ה׳ דײַן ג-ט דיר היטן דעם ברית און די גענאָד װאָס ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן.
13און ער װעט דיך ליב האָבן, און װעט דיך בענטשן, און דיך מערן, און ער װעט בענטשן די פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, דײַן תּבֿואה, און דײַן װײַן, און דײַן אײל, די געבורט פֿון דײַנע רינדער, און די פֿרוכפּערונג פֿון דײַנע שאָף, אױף דער ערד װאָס ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן דיר צו געבן. 14װעסט זײַן געבענטשטער פֿון אַלע פֿעלקער; עס װעט נישט זײַן אַן עקר אָדער אַן עקרה צװישן דיר אָדער צװישן דײַנע בהמות. 15און ה׳ װעט אָפּטאָן פֿון דיר יעטװעדער קראַנקשאַפֿט, און אַלע בײזע װײטאָקן פֿון מִצרַיִם װאָס דו קענסט זײ, װעט ער נישט אַרױפֿטאָן אױף דיר, נײַערט ער װעט זײ געבן אױף אַלע דײַנע שָׂונאים.
16און זאָלסט פֿאַרצערן אַלע אומות װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר; דײַן אױג זאָל זיך נישט דערבאַרעמען אױף זײ; און זאָלסט נישט דינען זײערע ג‑טער, װאָרעם דאָס װעט דיר זײַן אַ שטרױכלונג. 17טאָמער װעסטו זאָגן אין דײַן האַרצן: די דאָזיקע פֿעלקער זײַנען מער פֿון מיר, װי אַזױ װעל איך זײ קענען פֿאַרטרײַבן? 18זאָלסטו נישט מורא האָבן פֿאַר זײ; געדענקען זאָלסטו געדענקען װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט געטאָן צו פַּרעהן און צו גאַנץ מִצרַיִם; 19די גרױסע פּרוּװוּנגען װאָס דײַנע אױגן האָבן געזען, און די צײכנס און די װוּנדער, און די שטאַרקע האַנט, און דעם אױסגעשטרעקטן אָרעם, מיט װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך אַרױסגעצױגן; אַזױ װעט ה׳ דײַן ג-ט טאָן צו אַלע אומות װאָס דו האָסט מורא פֿאַר זײ. 20און אױך די האָרנבין װעט ה׳ דײַן ג-ט אָנשיקן אױף זײ, ביז עס װעלן אונטערגײן די װאָס זײַנען געבליבן, און װאָס האָבן זיך באַהאַלטן פֿאַר דיר.
21זאָלסט זיך נישט שרעקן פֿאַר זײ, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז צװישן דיר, אַ גרױסער און אַ פֿאָרכטיקער אֵל. 22און ה׳ דײַן ג-ט װעט אַרױסװאַרפֿן די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר דיר ביסלעך-ביסלעכװײַז; טאָרסט זײ נישט פֿאַרטיליקן אױף גיך, כּדי די חיה פֿון פֿעלד זאָל זיך נישט מערן אױף דיר. 23און ה׳ דײַן ג-ט װעט זײ איבערגעבן צו דיר, און װעט זײ פֿאַרטומלען אַ גרױס פֿאַרטומלעניש, ביז זײ װעלן פֿאַרטיליקט װערן. 24און ער װעט געבן זײערע מלכים אין דײַן האַנט, און װעסט אונטערברענגען זײער נאָמען פֿון אונטערן הימל; קײנער װעט נישט באַשטײן פֿאַר דיר, ביז דו װעסט זײ פֿאַרטיליקן.
25זײערע געשניצטע ג‑טער זאָלט איר פֿאַרברענען אין פֿײַער; זאָלסט נישט גלוסטן דאָס זילבער און דאָס גאָלד אױף זײ, און צונעמען פֿאַר זיך, כּדי זאָלסט נישט געשטרױכלט װערן דורך דעם; װאָרעם אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ דײַן ג-ט איז דאָס. 26און זאָלסט נישט אַרײַנברענגען אַן אומװערדיקײט אין דײַן הױז, און װערן חרם אַזױ װי דאָס; מיאוסן זאָלסטו זיך מיאוסן מיט דעם, און פֿאַראומװערדיקן זאָלסטו עס פֿאַראומװערדיקן, װאָרעם חרם איז דאָס.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in