דְבָֿרִים ו
ו
1און דאָס איז דאָס געבאָט, די חוקים, און די געזעצן, װאָס ה׳ אלוקיכם האָט באַפֿױלן אײַך צו לערנען, אױף צו טאָן אין דעם לאַנד װאָס איר גײט אַריבער אַהין, עס צו אַרבן; 2כּדי זאָלסט מורא האָבן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט, צו היטן אַלע זײַנע געזעצן און זײַנע געבאָט װאָס איך געביט דיר, דו, און דײַן זון, און דײַן זונס זון, אַלע טעג פֿון דײַן לעבן, און כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן. 3און זאָלסט הערן, יִשׂרָאֵל, און היטן צו טאָן, כּדי דיר זאָל גוט זײַן, און כּדי איר זאָלט אײַך מערן זײער, אַזױ װי ה׳ דער ג-ט פֿון דײַנע עלטערן האָט דיר צוגעזאָגט – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק.
4הער, יִשׂרָאֵל: ה׳ אלוקינו, ה׳ איז אֶחָד. 5און זאָלסט ליב האָבן ה׳ דײַן ג-ט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל, און מיט דײַן גאַנצן כּוֹח. 6און די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, זאָלן זײַן אין דײַן האַרצן; 7און זאָלסט זײ אײַנשאַרפֿן דײַנע קינדער, און זאָלסט רעדן פֿון זײ װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף. 8און זאָלסט זײ אָנבינדן פֿאַר אַ צײכן אױף דײַן האַנט, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ קאָפּ-ציערונג צװישן דײַנע אױגן. 9און זאָלסט זײ אױפֿשרײַבן אױף די בײַשטידלעך פֿון דײַן הױז, און אױף דײַנע טױערן.
10און עס װעט זײַן, אַז ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך ברענגען אין דעם לאַנד װאָס ער האָט געשװאָרן צו דײַנע עלטערן, צו אבֿרהמען, צו יִצחָקן, און צו יעקבֿן, דיר צו געבן – גרױסע און שײנע שטעט, װאָס דו האָסט נישט געבױט, 11און הײַזער פֿול מיט כָּל-טובֿ, װאָס דו האָסט נישט אָנגעפֿילט, און אױסגעהאַקטע ברונעמער, װאָס דו האָסט נישט אױסגעהאַקט, װײַנגערטנער און אײלבערטגערטנער, װאָס דו האָסט נישט געפֿלאַנצט, און דו װעסט עסן און זאַט זײַן, 12היט דיך, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן אָן ה׳, װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט. 13פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט זאָלסטו מורא האָבן, און אים זאָלסטו דינען, און בײַ זײַן נאָמען זאָלסטו שװערן. 14איר זאָלט נישט גײן נאָך פֿרעמדע ג‑טער, פֿון די ג‑טער פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום אײַך; 15װאָרעם אַן אֵל קַנֹּוא איז ה׳ דײַן ג-ט צװישן דיר; טאָמער װעט גרימען דער צאָרן פֿון ה׳ דײַן ג-ט אױף דיר, און ער װעט דיך פֿאַרטיליקן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד.
16איר זאָלט נישט פּרוּװן ה׳ אלוקיכם, אַזױ װי איר האָט אים געפּרוּװט אין מַסָה. 17היטן זאָלט איר היטן די געבאָט פֿון ה׳ אלוקיכם, און זײַנע אָנזאָגן און זײַנע צײגנים, װאָס ער האָט דיר באַפֿױלן. 18און זאָלסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק און גוט אין די אױגן פֿון ה׳, כּדי דיר זאָל גוט זײַן, און זאָלסט קומען און אַרבן דאָס גוטע לאַנד װאָס ה׳ האָט צוגעשװאָרן דײַנע עלטערן, 19אַרױסשטױסנדיק אַלע דײַנע פֿײַנט פֿון פֿאַר דיר, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט.
20אַז דײַן זון װעט דיך שפּעטער אַהין פֿרעגן, אַזױ צו זאָגן: װאָס זײַנען דאָס פֿאַר צײגנים און חוקים און געזעצן, װאָס ה׳ אלוקינו האָט אײַך באַפֿױלן? 21זאָלסטו זאָגן צו דײַן זון: קנעכט זײַנען מיר געװען בײַ פַּרעהן אין מִצרַיִם, און ה׳ האָט אונדז אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם מיט אַ שטאַרקער האַנט. 22און ה׳ האָט געטאָן צײכנס און גרױסע און בײזע װוּנדער אין מִצרַיִם, אױף פַּרעהן און אױף זײַן גאַנצן הױז, פֿאַר אונדזערע אױגן. 23און אונדז האָט ער אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן, כּדי אונדז צו ברענגען, אונדז צו געבן דאָס לאַנד װאָס ער האָט צוגעשװאָרן אונדזערע עלטערן. 24און ג-ט האָט אונדז באַפֿױלן צו טאָן אַלע די דאָזיקע געזעצן, מורא צו האָבן פֿאַר ה׳ אלוקינו, כּדי אונדז זאָל גוט זײַן אַלע טעג, כּדי אונדז צו לאָזן לעבן, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 25און אַ גערעכטיקײט װעט עס זײַן פֿון אונדז פֿאַר ה׳ אלוקינו, אױב מיר װעלן היטן צו טאָן אַל דאָס דאָזיקע געבאָט, אַזױ װי ער האָט אונדז געבאָטן.
Currently Selected:
דְבָֿרִים ו: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025