Bible App logo
Search Icon

דְבָֿרִים יב

יב
1דאָס זײַנען די חוקים און די געזעצן װאָס איר זאָלט היטן צו טאָן אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דער ג-ט פֿון דײַנע עלטערן האָט דיר געגעבן, עס צו אַרבן, אַלע טעג װאָס איר לעבט אױף דער ערד. 2אונטערברענגען זאָלט איר אונטערברענגען אַלע ערטער װאָס די פֿעלקער װאָס איר ירשעט זײ האָבן דאָרטן געדינט זײערע ג‑טער, אױף די הױכע בערג, און אױף די בערגלעך, און אונטער יעטװעדער גרינעם בױם. 3און איר זאָלט אײַנװאַרפֿן זײערע מזבחות, און צעברעכן זײערע זײַלשטײנער, און זײערע געצנבײמער זאָלט איר פֿאַרברענען אין פֿײַער, און זײערע געשניצטע ג‑טער זאָלט איר אָפּהאַקן, און איר זאָלט אונטערברענגען זײער נאָמען פֿון יענעם אָרט. 4איר זאָלט נישט טאָן אַזױ װי זײ, צו ה׳ אלוקיכם.
5נײַערט צו דעם אָרט װאָס ה׳ אלוקיכם װעט אױסדערװײלן פֿון אַלע אײַערע שבֿטים צו טאָן זײַן נאָמען דאָרטן – צו זײַן רוּונג זאָלט איר אײַך װענדן, און אַהין זאָלט איר גײן. 6און אַהין זאָלט איר ברענגען אײַערע בראַנדאָפּפֿער און אײַערע שלאַכטאָפּפֿער, און אײַערע מעשׂרס, און די אָפּשײדונג פֿון אײַער האַנט, און אײַערע נדרים, און אײַערע פֿרײַװיליקע נדבֿות, און די ערשטלינגען פֿון אײַערע רינדער און אײַערע שאָף. 7און איר זאָלט דאָרטן עסן פֿאַר ה׳ אלוקיכם, און זיך פֿרײען מיט דעם גאַנצן אױפֿטו פֿון אײַער האַנט, איר און אײַערע הױזגעזינטן, לױט װי ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך געבענטשט. 8איר זאָלט נישט טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס מיר טוען דאָ הײַנט, איטלעכער אַלץ װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין זײַנע אױגן;
9װאָרעם איר זײַט ביז אַצונד נישט געקומען צו דער רו און צו דער אַרבונג װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר. 10אָבער אַז איר װעט אַריבערגײן דעם יַרדן, און איר װעט זיך באַזעצן אין דעם לאַנד װאָס ה׳ אלוקיכם מאַכט אײַך אַרבן, און ער װעט אײַך באַרוען פֿון אַלע אײַערע פֿײַנט פֿון רונד אַרום, און איר װעט זיצן אין זיכערקײט, 11זאָל זײַן: דער אָרט װאָס ה׳ אלוקיכם װעט אים אױסדערװײלן צו מאַכן רוען זײַן נאָמען דאָרטן, אַהין זאָלט איר ברענגען אַלץ װאָס איך באַפֿעל אײַך: אײַערע בראַנדאָפּפֿער און אײַערע שלאַכטאָפּפֿער, אײַערע מעשׂרס, און די אָפּשײדונג פֿון אײַער האַנט, און אַלע אײַערע געקליבענע נדרים װאָס איר װעט מנדר זײַן צו ג-ט. 12און איר זאָלט זיך פֿרײען פֿאַר ה׳ אלוקיכם, איר, און אײַערע זין און אײַערע טעכטער, און אײַערע קנעכט און אײַערע דינסטן, און דער לֵוִי װאָס אין אײַערע טױערן; װאָרעם ער האָט נישט קײן חלק און קײן נחלה בײַ אײַך. 13היט דיך, זאָלסט נישט אױפֿברענגען דײַנע בראַנדאָפּפֿער אין איטלעכן אָרט װאָס דו װעסט זען; 14נײַערט אין דעם אָרט װאָס ה׳ װעט אױסדערװײלן אין אײנעם פֿון דײַנע שבֿטים, דאָרטן זאָלסטו אױפֿברענגען דײַנע בראַנדאָפּפֿער, און דאָרטן זאָלסטו טאָן אַלץ װאָס איך באַפֿעל דיר.
15אָבער מעגסט װיפֿל דײַן האַרץ געלוסט שלאַכטן און עסן פֿלײש אין אַלע דײַנע טױערן, װי נאָך דער מזל-ברכה פֿון ה׳ דײַן ג-ט װאָס ער האָט דיר געגעבן; דער אומרײנער אַזױ װי דער רײנער מעג עס עסן, אַזױ װי אַ הירש און װי אַ הינד. 16נאָר דאָס בלוט זאָלט איר נישט עסן; אױף דער ערד זאָלסטו עס אױסגיסן אַזױ װי װאַסער.
17טאָרסט נישט עסן אין דײַנע טױערן דעם מעשׂר פֿון דײַן תּבֿואה און דײַן װײַן און דײַן אײל, און די ערשטלינגען פֿון דײַנע רינדער און דײַנע שאָף, און אַלע נדרים װאָס דו װעסט מנדר זײַן, און דײַנע פֿרײַװיליקע נדבֿות, און די אָפּשײדונג פֿון דײַן האַנט; 18נײַערט פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט זאָלסטו עס עסן, אין דעם אָרט װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט אים אױסדערװײלן, דו, און דײַן זון און דײַן טאָכטער, און דײַן קנעכט און דײַן דינסט, און דער לֵוִי װאָס אין דײַנע טױערן. און זאָלסט זיך פֿרײען פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט מיט דעם גאַנצן אױפֿטו פֿון דײַן האַנט. 19היט דיך, זאָלסט נישט פֿאַרלאָזן דעם לֵוִי, אַלע טעג אױף דײַן לאַנד.
20אַז ה׳ דײַן ג-ט װעט דערברײטערן דײַן געמאַרק, אַזױ װי ער האָט דיר צוגעזאָגט, און װעסט זאָגן: לאָמיך עסן פֿלײש, װײַל דײַן האַרץ װעט געלוסטן צו עסן פֿלײש, מעגסטו עסן פֿלײש װיפֿל דײַן האַרץ געלוסט. 21אױב עס װעט זײַן װײַט פֿון דיר דער אָרט װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט אױסדערװײלן צו טאָן זײַן נאָמען דאָרטן, זאָלסטו שלאַכטן פֿון דײַנע רינדער און פֿון דײַנע שאָף װאָס ג-ט האָט דיר געגעבן, אַזױ װי איך האָב דיר באַפֿױלן, און עסן אין דײַנע טױערן װיפֿל דײַן האַרץ געלוסט. 22אָבער װי מע עסט אַ הירש און אַ הינד, אַזױ זאָלסטו עס עסן; דער אומרײנער אין אײנעם מיטן רײנעם מעג עס עסן. 23נאָר זײַ פֿעסט נישט צו עסן דאָס בלוט, װאָרעם דאָס בלוט איז דאָס לעבן, און טאָרסט נישט עסן דאָס לעבן מיטן פֿלײש. 24זאָלסט עס נישט עסן; אױף דער ערד זאָלסטו עס אױסגיסן אַזױ װי װאַסער. 25זאָלסט עס נישט עסן, כּדי עס זאָל גוט זײַן דיר און דײַנע קינדער נאָך דיר, אַז דו װעסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳.
26נאָר דײַנע געהײליקטע זאַכן װאָס װעלן זײַן בײַ דיר, און דײַנע נדרים, זאָלסטו נעמען און גײן צו דעם אָרט װאָס ה׳ װעט אױסדערװײלן; 27און זאָלסט מאַכן דײַנע בראַנדאָפּפֿער, דאָס פֿלײש און דאָס בלוט, אױף דעם מזבח פֿון ה׳ דײַן ג-ט; און דאָס בלוט פֿון דײַנע שלאַכטאָפּפֿער זאָל אױסגעגאָסן װערן אױף דעם מזבח פֿון ג-ט דײַן האַר, און דאָס פֿלײש זאָלסטו עסן. 28היט און זאָלסט געהאָרכן אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר, כּדי עס זאָל גוט זײַן דיר און דײַנע קינדער נאָך דיר ביז אײביק, אַז דו װעסט טאָן װאָס איז גוט און רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳ דײַן ג-ט.
29אַז ה׳ דײַן ג-ט װעט פֿאַרשנײַדן די פֿעלקער װאָס דו קומסט אַהין, זײ צו פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר דיר, און װעסט זײ ירשען, און זיך באַזעצן אין זײער לאַנד, 30היט דיך, זאָלסט נישט געשטרױכלט װערן זײ נאָכצוטאָן, נאָכדעם װי זײ װעלן פֿאַרטיליקט װערן פֿון פֿאַר דיר, און זאָלסט נישט נאָכפֿרעגן נאָך זײערע ג‑טער, אַזױ צו זאָגן: װי פֿלעגן די דאָדאָזיקע פֿעלקער דינען זײערע ג‑טער? טאָ לאָמיך אױך אַזױ טאָן. 31זאָלסט נישט טאָן אַזױ צו ה׳ דײַן ג-ט; װאָרעם יעטװעדער אומװערדיקײט פֿון ה׳, װאָס ער האָט פֿײַנט, האָבן זײ געטאָן צו זײערע ג‑טער; װאָרעם אַפֿילו זײערע זין און זײערע טעכטער פֿאַרברענען זײ אין פֿײַער צו זײערע ג‑טער.

Highlight

Copy

Compare

Share

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in