דְבָֿרִים יא
יא
1דערום זאָלסטו ליב האָבן ה׳ דײַן ג-ט, און היטן זײַן היטונג, און זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן און זײַנע געבאָט, אַלע טעג. 2און איר דאַרפֿט װיסן הײַנט, אַז נישט מיט אײַערע קינדער רעד איך, װאָס האָבן נישט געקענט און װאָס האָבן נישט געזען די שטראָף פֿון ה׳ אלוקיכם, זײַן גרױסקײט, און זײַן שטאַרקע האַנט, און זײַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, 3און זײַנע צײכנס, און זײַנע טוּונגען װאָס ער האָט געטאָן אין מִצרַיִם צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און צו זײַן גאַנצן לאַנד; 4און װאָס ער האָט געטאָן צו דעם חיל פֿון מִצרַיִם, צו זײַנע פֿערד און צו זײַנע רײַטװעגן, װאָס ער האָט געמאַכט פֿלײצן איבער זײ די װאַסערן פֿון ים-סוףֿ, װען זײ האָבן אײַך נאָכגעיאָגט, און ה׳ האָט זײ אונטערגעבראַכט ביז אױף הײַנטיקן טאָג; 5און װאָס ער האָט געטאָן מיט אײַך אין מדבר, ביז איר זײַט געקומען צו דעם דאָזיקן אָרט; 6און װאָס ער האָט געטאָן צו דָתָן און צו אַבֿירָם די זין פֿון אֶליאָבֿ דעם זון פֿון ראובֿן, װאָס די ערד האָט אױפֿגעמאַכט איר מױל, און האָט זײ אײַנגעשלונגען אין מיטן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, מיט זײערע הױזגעזינטן און זײערע געצעלטן, און דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס הינטער זײ; 7נײַערט אײַערע אױגן האָבן געזען אַל די גרױסע טואונג פֿון ה׳ װאָס ער האָט געטאָן. 8דערום זאָלט איר היטן אַל דאָס געבאָט װאָס איך געביט אײַך הײַנט, כּדי איר זאָלט זײַן שטאַרק, און קומען און אַרבן דאָס לאַנד װאָס איר גײט אַריבער אַהין, עס צו אַרבן; 9און כּדי איר זאָלט מַאֲריך-ימים זײַן אױף דער ערד װאָס ה׳ האָט געשװאָרן אײַערע עלטערן צו געבן זײ און זײער זאָמען – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק.
10װאָרעם דאָס לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן, איז נישט װי דאָס לאַנד מִצרַיִם, װאָס איר זײַט פֿון דאָרטן אַרױסגעגאַנגען, װאָס אַז דו האָסט פֿאַרזײט דײַן זאָמען, האָסטו באַװאַסערט מיט דײַן פֿוס, אַזױ װי אַ גאָרטן פֿון גרינס. 11נײַערט דאָס לאַנד װאָס איר גײט אַריבער אַהין, עס צו אַרבן, איז אַ לאַנד פֿון בערג און טאָלן; פֿון רעגן פֿון הימל טרינקט עס װאַסער; 12אַ לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט זאָרגט זיך אום דעם; תּמיד זײַנען די אױגן פֿון ה׳ דײַן ג-ט דערױף פֿון אָנהײב יאָר ביז סוף יאָר.
13און עס װעט זײַן, אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מײַנע געבאָט װאָס איך געביט אײַך הײַנט, ליב צו האָבן ה׳ אלוקיכם, און אים צו דינען מיט אײַער גאַנצן האַרצן, און מיט אײַער גאַנצער זעל, 14װעל איך געבן דעם רעגן פֿון אײַער לאַנד אין זײַן צײַט, פֿרירעגן און שפּעטרעגן, און װעסט אײַנזאַמלען דײַן תּבֿואה, און דײַן װײַן, און דײַן אײל. 15און איך װעל געבן גראָז אין דײַן פֿעלד פֿאַר דײַן בהמה; און װעסט עסן און װעסט זאַט זײַן. 16היט אײַך, אײַער האַרץ זאָל נישט איבערגערעדט װערן, און איר װעט זיך אָפּקערן, און דינען פֿרעמדע ג‑טער, און זיך בוקן צו זײ. 17װאָרעם דער צאָרן פֿון ה׳ װעט גרימען אױף אײַך, און ער װעט פֿאַרשפּאַרן די הימלען, אַז קײן רעגן זאָל נישט זײַן, און די ערד װעט נישט געבן איר פֿרוכט, און איר װעט גיך אונטערגײן פֿון דעם גוטן לאַנד װאָס ה׳ גיט אײַך.
18און איר זאָלט אַרײַנטאָן מײַנע דאָזיקע װערטער אין אײַער האַרצן, און אין אײַער זעל, און איר זאָלט זײ אָנבינדן פֿאַר אַ צײכן אױף אײַער האַנט, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ קאָפּ-ציערונג צװישן אײַערע אױגן. 19און איר זאָלט זײ לערנען אײַערע קינדער, רעדנדיק דערפֿון װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף. 20און זאָלסט זײ אױפֿשרײַבן אױף די בײַשטידלעך פֿון דײַן הױז, און אױף דײַנע טױערן; 21כּדי אײַערע טעג און די טעג פֿון אײַערע קינדער זאָלן זיך מערן אױף דער ערד װאָס ה׳ האָט געשװאָרן אײַערע עלטערן זײ צו געבן, אַזױ װי די טעג פֿון די הימלען איבער דער ערד.
22װאָרעם אױב היטן װעט איר היטן אַל דאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט אײַך עס צו טאָן, ליב צו האָבן ה׳ אלוקיכם, צו גײן אין אַלע זײַנע װעגן, און זיך צו באַהעפֿטן אָן אים, 23װעט ה׳ פֿאַרטרײַבן אַלע די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר אײַך, און איר װעט אַרבן פֿעלקער גרעסערע און שטאַרקערע פֿון אײַך. 24איטלעכער אָרט װאָס אײַער פֿוסטריט װעט דערױף טרעטן, װעט געהערן צו אײַך, פֿון דעם מדבר און דעם לבֿנוֹן, פֿון דעם טײַך, דעם טײַך פּרָת, און ביזן הינטערשטן ים, װעט זײַן אײַער געמאַרק. 25קײנער װעט נישט באַשטײן פֿאַר אײַך; ה׳ אלוקיכם װעט געבן אײַער שרעק און אײַער מורא אױף אַל דעם לאַנד װאָס איר װעט טרעטן דערױף, אַזױ װי ער האָט אײַך צוגעזאָגט.
רְאֵה
26זע, איך לײג פֿאַר אײַך הײַנט אַ ברכה און אַ קללה; 27די ברכה, אױב איר װעט צוהערן צו די געבאָט פֿון ה׳ אלוקיכם, װאָס איך געביט אײַך הײַנט, 28און די קללה, אױב איר װעט נישט צוהערן צו די געבאָט פֿון ה׳ אלוקיכם, און איר װעט זיך אָפּקערן פֿון דעם װעג װאָס איך באַפֿעל אײַך הײַנט, כּדי צו גײן נאָך פֿרעמדע ג‑טער, װאָס איר קענט נישט. 29און עס װעט זײַן, אַז ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך ברענגען אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן, זאָלסטו שטעלן די ברכה אױפֿן באַרג גרִזים, און די קללה אױפֿן באַרג עֵיבֿל.
30יאָ, זײ זײַנען אױף יענער זײַט יַרדן הינטער דעם װעג צו זון-אונטערגאַנג צו, אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני װאָס זיצט אין דעם פּלױן, אַקעגן גִלגָל, לעבן די אײכנבײמער פֿון מוֹרֶה. 31װאָרעם איר גײט אַריבער דעם יַרדן צו קומען אַרבן דאָס לאַנד װאָס ה׳ אלוקיכם גיט אײַך, און איר װעט עס אַרבן, און זיך באַזעצן דרינען;
32זאָלט איר היטן צו טאָן אַלע חוקים און געזעצן װאָס איך לײג פֿאַר אײַך הײַנט.
Currently Selected:
דְבָֿרִים יא: OYTORAH
Highlight
Copy
Compare
Share
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Orthodox Yiddish Tanakh,
© Artists for Israel International, 2025