YouVersion Logo
Search Icon

וַיִּקְרָא ח

ח
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2נעם אַהרֹנען און זײַנע זין מיט אים, און די קלײדער, און דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און די צװײ װידערס, און דעם קאָרב אומגעזײַערטן ברױט; 3און די גאַנצע עדה#8‏.3 די עדה פֿון ה׳, װעלכעס איז די קהלה פֿון דעם לעבעדיקן ג‑ט, דער זײַל און פֿונדאַמענט פונם אמת, װעלכעס די טױערן פֿון שְׁאֹול תחתית װעלן זי נישט בײַקומען; דאָס קהלה, דינענדיק ה׳ און אַלע כתבי הקודש, װעלכעס זענען אינספירירט פֿון ה׳ס גײַסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארױפצופירן אױפֿן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות; כּדי דער מענטש פֿון ג‑ט זאָל זײַן שלמותדיק, פֿעליק צוגעגרײט צו כּלערלײ מעשׂים טובים. זאַמל אײַן צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
4האָט משה געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט אים באַפֿױלן; און די עדה האָט זיך אײַנגעזאַמלט צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 5און משה האָט געזאָגט צו דער עדה: דאָס איז די זאַך װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן צו טאָן. 6און משה האָט געמאַכט גענענען אַהרֹנען און זײַנע זין, און ער האָט זײ געװאַשן מיט װאַסער.#8‏.6 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5‏.14 7און ער האָט אַרױפֿגעטאָן אױף אים דאָס קעסאָנעס, און אים אַרומגעגורט מיטן גאַרטל, און אים אָנגעקלײדט דעם מאַנטל, און אַרױפֿגעטאָן אױף אים דעם אֵפֿוֹד, און אים אַרומגעגורט מיט דעם חֵשֶב פֿון אֵפֿוֹד, און אים אָנגעבונדן דעם אֵפֿוֹד דערמיט. 8און ער האָט אָנגעטאָן אױף אים דעם חושן, און אַרױפֿגעטאָן אױפֿן חושן די אורים-ותּומים. 9און ער האָט אים אָנגעטאָן די טורבאַן אױפֿן קאָפּ, און אַרױפֿגעטאָן אױף דער הױב, אױף דער פֿאָדערזײַט, דאָס גילדערנע שטערנבלעך, די הײליקע קרױן, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן. 10און משה האָט גענומען דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און האָט געזאַלבט {משׁח}#תְּהִלִּים 2‏.2; דָניאֵל 9‏.25‏-26 דעם מישכּן און אַלץ װאָס אין אים, און האָט זײ געהײליקט. 11און ער האָט געשפּריצט דערפֿון אױפֿן מזבח זיבן מאָל; און ער האָט געזאַלבט דעם מזבח, און אַלע זײַנע כּלים, און דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל, זײ צו הײליקן. 12און ער האָט אַרױפֿגעגאָסן פֿון דעם אײל פֿון זאַלבונג אױף אַהרֹנס קאָפּ, און האָט אים געזאַלבט, אים צו הײליקן. 13און משה האָט געמאַכט גענענען אַהרֹנס זין, און האָט זײ אָנגעטאָן מאַנטלען, און זײ אָנגעגורט גאַרטלען, און זײ אָנגעבונדן מיגבעות, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן. 14און ער האָט געמאַכט גענענען דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אַהרֹן און זײַנע זין האָבן אָנגעלענט זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער. 15און מע האָט אים געשאָכטן; און משה האָט גענומען דאָס בלוט, און האָט אַרױפֿגעטאָן מיט זײַן פֿינגער אױף די הערנער פֿון מזבח רונד אַרום, און גערײניקט דעם מזבח, און דאָס איבעריקע בלוט האָט ער אױסגעגאָסן אָן גרונט פֿון מזבח, און אים געהײליקט, כּדי מכַפּר צו זײַן אױף אים. 16און ער האָט גענומען דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער, און בײדע נירן און זײער פֿעטס, און משה האָט עס געדעמפֿט אױפֿן מזבח. 17און דעם אָקס מיט זײַן פֿעל, און זײַן פֿלײש, און זײַן מיסט, האָט מען פֿאַרברענט אין פֿײַער אױסן לאַגער, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן. 18און ער האָט געמאַכט גענענען דעם װידער פֿון בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און אַהרֹן און זײַנע זין האָבן אָנגעלענט זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װידער. 19און מע האָט אים געשאָכטן, און משה האָט געשפּרענגט#יְשַעְיָה 52‏.15 דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 20און דעם װידער האָט מען צעשניטן אױף זײַנע שטיקער, און משה האָט געדעמפֿט דעם קאָפּ און די שטיקער און דאָס פֿעטס. 21און די אינגעװײד און די קני האָט מען אָפּגעשװענקט מיט װאַסער, און משה האָט געדעמפֿט דעם גאַנצן װידער אױפֿן מזבח; אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} איז דאָס געװען, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} איז דאָס געװען צו ה׳, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן. 22און ער האָט געמאַכט גענענען דעם צװײטן װידער, דעם װידער פֿון דערפֿילונג, און אַהרֹן און זײַנע זין האָבן אָנגעלענט זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װידער. 23און מע האָט אים געשאָכטן, און משה האָט גענומען פֿון זײַן בלוט, און אַרױפֿגעטאָן אױף אַהרֹנס רעכטן אױערלעפּל, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פֿוס. 24און מע האָט געמאַכט גענענען אַהרֹנס זין, און משה האָט אַרױפֿגעטאָן פֿון דעם בלוט אױף זײער רעכטן אױערלעפּל, און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטן פֿוס; און משה האָט געשפּרענגט#יְשַעְיָה 52‏.15 דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 25און ער האָט גענומען דאָס פֿעטס, און דעם װײדל, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער, און בײדע נירן און זײער פֿעטס, און דעם רעכטן שענקל. 26און פֿון דעם קאָרב אומגעזײַערטן ברױט װאָס פֿאַר ה׳, האָט ער גענומען אײן אומגעזײַערטע חלה, און אײן חלה ברױט אױף אײל, און אײן קוכן, און האָט אַרױפֿגעטאָן אױפֿן פֿעטס, און אױפֿן רעכטן שענקל. 27און ער האָט אַרױפֿגעלײגט אַלצדינג אױף די הענט פֿון אַהרֹנען, און אױף די הענט פֿון זײַנע זין, און האָט זײ אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳. 28און משה האָט עס צוגענומען פֿון זײערע הענט, און געדעמפֿט אױפֿן מזבח איבערן בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; אַ דערפֿילונג זײַנען זײ געװען, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח; אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} איז דאָס געװען צו ה׳. 29און משה האָט גענומען די ברוסט, און האָט זי אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳; דאָס איז געװען משהן צום חלק פֿון דעם װידער פֿון דערפֿילונג, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן. 30און משה האָט גענומען פֿון דעם אײל פֿון זאַלבונג, און פֿון דעם בלוט װאָס אױפֿן מזבח, און האָט געשפּריצט#יְשַעְיָה 52‏.15 אױף אַהרֹנען, אױף זײַנע קלײדער, און אױף זײַנע זין און אױף זײַנע זינס קלײדער מיט אים, און געהײליקט אַהרֹנען, זײַנע קלײדער, און זײַנע זין און זײַנע זינס קלײדער מיט אים. 31און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין: קאָכט דאָס פֿלײש בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און דאָרטן זאָלט איר עס עסן, מיט דעם ברױט װאָס אין דעם קאָרב פֿון דערפֿילונג, לױט װי איך האָב באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: אַהרֹן און זײַנע זין זאָלן עס עסן. 32און װאָס בלײַבט פֿון דעם פֿלײש און פֿון דעם ברױט, זאָלט איר אין פֿײַער פֿאַרברענען. 33און פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלט איר נישט אַרױסגײן זיבן טעג, ביז דעם טאָג װאָס די טעג פֿון אײַער דערפֿילונג װערן פֿול; װאָרעם זיבן טעג װעט מען דערפֿילן אײַער האַנט. 34אַזױ װי מע האָט געטאָן הײַנטיקן טאָג, האָט ה׳ באַפֿױלן צו טאָן, כּדי מכַפּר צו זײַן אױף אײַך. 35און אין דעם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלט איר בלײַבן טאָג און נאַכט זיבן טעג, און היטן די היטונג פֿון ה׳, כּדי איר זאָלט נישט שטאַרבן; װאָרעם אַזױ בין איך באַפֿױלן געװאָרן.
36און אַהרֹן און זײַנע זין האָבן געטאָן אַלע זאַכן װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן דורך משהן.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in