וַיִּקְרָא ט
ט
שְמִינִי
1און עס איז געװען אױפֿן אַכטן טאָג, האָט משה גערופֿן אַהרֹנען, און זײַנע זין, און די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל. 2און ער האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: נעם דיר אַ קאַלב, אַ יונג רינד, פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אַ װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, אָן אַ פֿעלער, און זײַ מקריבֿ פֿאַר ה׳. 3און צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלסטו רעדן, אַזױ צו זאָגן: נעמט אַ ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; און אַ קאַלב און אַ שעפּס, יאָריקע אָן אַ פֿעלער, פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; 4און אַן אָקס און אַ װידער פֿאַר פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, צו שלאַכטן פֿאַר ה׳; און אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} פֿאַרמישט מיט אײל; װאָרעם הײַנט טוט זיך ה׳ באַװײַזן צו אײַך.
5האָבן זײ געבראַכט װאָס משה האָט באַפֿױלן פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד, און די גאַנצע עדה האָט גענענט, און זיך געשטעלט פֿאַר ה׳. 6און משה האָט געזאָגט: דאָס איז די זאַך װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן איר זאָלט טאָן, כּדי די פּראַכט פֿון ה׳ זאָל זיך באַװײַזן צו אײַך. 7און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: גענען צום מזבח, און מאַך דײַן זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} און דײַן בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און זײַ מכַפּר אױף זיך און אױפֿן פֿאָלק; און מאַך דעם קָרבָּן פֿון פֿאָלק, און זײַ מכַפּר אױף זײ, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן.
8האָט אַהרֹן גענענט צום מזבח, און האָט געשאָכטן דאָס קאַלב פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} װאָס פֿאַר אים. 9און די זין פֿון אַהרֹנען האָבן גענענט צו אים דאָס בלוט, און ער האָט אײַנגעטונקט זײַן פֿינגער אין דעם בלוט, און אַרױפֿגעטאָן אױף די הערנער פֿון מזבח, און דאָס איבעריקע בלוט האָט ער אױסגעגאָסן אָן גרונט פֿון מזבח. 10און דאָס פֿעטס, און די נירן, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער, פֿון דעם זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, האָט ער געדעמפֿט אױפֿן מזבח, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן. 11און דאָס פֿלײש און דאָס פֿעל האָט מען פֿאַרברענט אין פֿײַער אױסן לאַגער. 12און ער האָט געשאָכטן דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און די זין פֿון אַהרֹנען האָבן אים דערלאַנגט דאָס בלוט, און ער האָט עס געשפּרענגט#יְשַעְיָה 52.15 אױפֿן מזבח רונד אַרום. 13און זײ האָבן אים דערלאַנגט דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אין זײַנע שטיקער, און דעם קאָפּ, און ער האָט עס געדעמפֿט אױפֿן מזבח. 14און ער האָט אָפּגעשװענקט די אינגעװײד און די קני, און געדעמפֿט איבער דעם בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אױפֿן מזבח. 15און ער האָט געמאַכט גענענען דעם קָרבָּן פֿון פֿאָלק; און ער האָט גענומען דעם באָק פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} װאָס פֿאַרן פֿאָלק, און האָט אים געשאָכטן, און אים אױפֿגעבראַכט פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער אַזױ װי דאָס ערשטע. 16און ער האָט געמאַכט גענענען דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און האָט עס געמאַכט אַזױ װי דער דין.
17און ער האָט געמאַכט גענענען דאָס שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און האָט אָנגעפֿילט זײַן האַנט דערפֿון, און געדעמפֿט אױפֿן מזבח, אַחוץ דעם בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿון אין דער פֿרי. 18און ער האָט געשאָכטן דעם אָקס און דעם װידער, דאָס פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים} װאָס פֿאַרן פֿאָלק; און די זין פֿון אַהרֹנען האָבן אים דערלאַנגט דאָס בלוט, און ער האָט עס געשפּרענגט#יְשַעְיָה 52.15 אױפֿן מזבח רונד אַרום. 19און דאָס פֿעטס פֿון דעם אָקס און פֿון דעם װידער, דעם װײדל, און דאָס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און די נירן, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער – 20דאָס פֿעטס האָבן זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די ברוסטן, און ער האָט געדעמפֿט דאָס פֿעטס אױפֿן מזבח. 21און די ברוסטן און דעם רעכטן שענקל האָט אַהרֹן אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳, אַזױ װי משה האָט באַפֿױלן. 22און אַהרֹן האָט אױפֿגעהױבן זײַנע הענט צום פֿאָלק, און האָט זײ געבענטשט; און ער האָט אַראָפּגענידערט פֿון מאַכן דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} און דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און דאָס פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}. 23און משה און אַהרֹן זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין אוֹהל-מוֹעד, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען און האָבן געבענטשט דאָס פֿאָלק; און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט זיך באַװיזן צום גאַנצן פֿאָלק. 24און אַ פֿײַער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר ה׳, און האָט פֿאַרצערט אױפֿן מזבח דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און דאָס פֿעטס. און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזען, און זײ האָבן אױסגעשריען, און זײַנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא ט: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2025 Orthodox Hasidic Yiddish Bibel