YouVersion Logo
Search Icon

וַיִּקְרָא ה

ה
1און אַז נפֿש װעט זינדיקן מיט װאָס ער װעט הערן דעם קֹול פֿון באַשװערונג, װען ער איז אַן עדות, סײַ ער האָט געזען, סײַ ער װײס עפּעס – אױב ער װעט נישט אױסזאָגן, און טראָגן אױף זיך אַ זינד; 2אָדער אַז נפֿש װעט זיך אָנרירן אָן עפּעס אַן אומרײנער זאַך, סײַ אָן דער *נבֿלה פֿון אַן אומרײנער חיה, סײַ אָן דער *נבֿלה פֿון אַן אומרײנער בהמה, סײַ אָן דער *נבֿלה פֿון אַן אומרײנעם שרץ, און עס װעט זײַן פֿאַרהױלן פֿון אים אַז ער איז אומרײן, און ער װעט זיך פֿאַרשולדיקן; 3אָדער אַז ער װעט זיך אָנרירן אָן דער אומרײנקײט פֿון אַ מענטשן, װאָס נאָר זײַן אומרײנקײט איז װאָס ער איז אומרײן דערמיט, און עס װעט זײַן פֿאַרהױלן פֿון אים; און ער װעט זיך דערװיסן אַז ער האָט זיך פֿאַרשולדיקט; 4אָדער אַז נפֿש װעט שװערן דורך אַרױסרעדן מיט די ליפּן צום גוטן אָדער צום שלעכטן, װאָס נאָר אַ מענטש װעט אַרױסרעדן מיט אַ שבֿועה, און עס װעט זײַן פֿאַרהױלן פֿון אים; און ער װעט זיך דערװיסן אַז ער איז שולדיק אין אײנער פֿון די דאָזיקע זאַכן; 5איז, אַז ער פֿאַרשולדיקט זיך אין אײנער פֿון די דאָזיקע זאַכן, זאָל ער זיך מתװדה זײַן אױף װאָס ער האָט געזינדיקט. 6און ער זאָל ברענגען זײַן שולדאָפּפֿער#יְשַעְיָה 53‏.10 צו ה׳ פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, אַ זי פֿון קלײנפֿי, אַ שעפּס אָדער אַ ציג, פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿון װעגן זײַן זינד.
7און אױב זײַן האַנט פֿאַרמאָגט נישט גענוג אױף אַ לאַם,#יְשַעְיָה 53‏.7 זאָל ער ברענגען פֿאַר זײַן שולדאָפּפֿער#יְשַעְיָה 53‏.10 פֿאַר װאָס ער האָט געזינדיקט, צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, צו ה׳: אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} און אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}. 8און ער זאָל זײ ברענגען צום כּהן; און ער זאָל מקריבֿ זײַן די װאָס פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} צוערשט, און אָפּקנײַפּן איר קאָפּ בײַ איר געניק, אָבער נישט פֿונאַנדערשײדן. 9און ער זאָל שפּריצן#יְשַעְיָה 52‏.15 פֿון דעם בלוט פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} אױף דער װאַנט פֿון מזבח און דער רעשט פֿון דעם בלוט זאָל אױסגעקװעטשט װערן אָן גרונט פֿון מזבח; אַ זינדאָפּפֿער איז דאָס. 10און די צװײטע זאָל ער מאַכן פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אַזױ װי דער דין; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿון װעגן זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן.
11און אױב זײַן האַנט פֿאַרמאָגט נישט אױף צװײ טורטלטױבן, אָדער אױף צװײ יונגע טױבן, זאָל ער ברענגען פֿאַר זײַן קָרבָּן פֿאַר װאָס ער האָט געזינדיקט, אַ צענטל אֵיפֿה זעמלמעל פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; ער זאָל נישט אַרױפֿטאָן אױף אים אײל. און נישט אַרױפֿלײגן אױף אים װײַרעך, װאָרעם אַ זינדאָפּפֿער איז דאָס. 12און ער זאָל עס ברענגען צום כּהן, און דער כּהן זאָל אָנהױפֿן פֿון אים זײַן פֿולן הױפֿן – זײַן דערמאָנונג {אַזְכָּרָה} – און דעמפֿן אױפֿן מזבח, אױף די פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿון ה׳; אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} איז דאָס. 13און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט אין אײנער פֿון די דאָזיקע זאַכן, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן. און עס זאָל געהערן צום כּהן אַזױ װי אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}.
14און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 15אַז נפֿש װעט פֿעלשן אַ פֿעלשונג, און װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע אַקעגן די הײליקײטן פֿון ה׳, זאָל ער ברענגען זײַן שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}#יְשַעְיָה 53‏.10 צו ה׳: אַ װידער פֿון די שאָף, אָן אַ פֿעלער, לױט דײַן אָפּשאַצונג אין זילבער-שקָלים, אױפֿן הײליקן שֶקל, פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}.#יְשַעְיָה 53‏.10 16און װאָס ער האָט פֿאַרשולדיקט קעגן דער הײליקײט זאָל ער אָפּצאָלן, און צולײגן דערצו אַ פֿינפֿטל דערפֿון, און דאָס געבן צום כּהן; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים מיט דעם װידער פֿון שולדאָפּפֿער {אָשָׁם},#יְשַעְיָה 53‏.10 און אים װעט פֿאַרגעבן װערן.
17און אױב עמיצער װעט זינדיקן, און װעט טאָן אײנע פֿון אַלע פֿאַרבאָטזאַכן פֿון ה׳ װאָס טאָרן נישט געטאָן װערן, װײַל ער האָט נישט געװוּסט, און ער װעט זיך פֿאַרשולדיקן און טראָגן אױף זיך אַ זינד, 18זאָל ער ברענגען אַ װידער פֿון די שאָף, אָן אַ פֿעלער, לױט דײַן אָפּשאַצונג, פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער {אָשָׁם},#יְשַעְיָה 53‏.10 צום כּהן; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים, פֿאַר דעם פֿאַרזע װאָס ער האָט פֿאַרזען, װײַל ער האָט נישט געװוּסט, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן. 19אַ שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}#יְשַעְיָה 53‏.10 איז דאָס; פֿאַרשולדיקן האָט ער זיך פֿאַרשולדיקט קעגן ה׳.
20 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 21 אַז נפֿש װעט זינדיקן, און װעט פֿעלשן אַ פֿעלשונג אָן ה׳, און װעט פֿאַרלײקענען זײַן חבֿר אַן אײַנלאָג, אָדער אַ משכּון, אָדער אַ גזלה, אָדער ער װעט קריװדען זײַן חבֿר; 22 אָדער ער האָט געפֿונען פֿאַרלאָרנס און פֿאַרלײקנט עס, און שװערט פֿאַלש – אין אײנער פֿון די אַלע זאַכן װאָס אַ מענטש באַגײט דערמיט אַ זינד; 23 איז, אַז ער האָט אַזױ געזינדיקט און זיך פֿאַרשולדיקט, זאָל ער אומקערן די גזלה װאָס ער האָט געגזלט, אָדער די קריװדע װאָס ער האָט געקריװדעט, אָדער דעם אײַנלאָג װאָס איז אײַנגעלײגט געװאָרן בײַ אים, אָדער דאָס פֿאַרלאָרענע װאָס ער האָט געפֿונען, 24 אָדער װאָס נאָר ער האָט געשװאָרן דערױף פֿאַלש; און ער זאָל באַצאָלן דעם קרן דערפֿון, און אַ פֿינפֿטל דערפֿון צולײגן דערצו; צו דעם װעמען עס געהערט זאָל ער עס אָפּגעבן אין דעם טאָג װאָס ער שפּירט זיך שולדיק. 25 און ער זאָל ברענגען זײַן שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}#יְשַעְיָה 53‏.10 צו ה׳: אַ װידער פֿון די שאָף, אָן אַ פֿעלער, לױט דײַן אָפּשאַצונג, פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער {אָשָׁם} צום כּהן. 26 און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿאַר ה׳, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן װאָס נאָר פֿון אַלעם דעם ער האָט געטאָן זיך צו פֿאַרשולדיקן דערמיט.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in