YouVersion Logo
Search Icon

וַיִּקְרָא ו

ו
צַו
1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 באַפֿעל אַהרֹנען און זײַנע זין, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דער דין פֿון דעם בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}: דאָס איז דאָס װאָס גײט אַרױף אױפֿן בראַנד אױפֿן מזבח אױף אַ גאַנצע נאַכט ביז אין דער פֿרי; און דאָס פֿײַער פֿון מזבח זאָל געהאַלטן װערן אין ברענען דערױף. 3 און דער כּהן זאָל אָנטאָן זײַן לײַנען קלײד, און לײַנענע הױזן זאָל ער אָנטאָן אױף זײַן לײַב; און ער זאָל אַראָפּנעמען די אַש אױף װאָס דאָס פֿײַער האָט פֿאַרצערט דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אױפֿן מזבח, און ער זאָל עס אַהינטאָן לעבן מזבח. 4 און ער זאָל אױסטאָן זײַנע קלײדער, און אָנטאָן אַנדערע קלײדער, און אַרױסטראָגן די אַש אױסן לאַגער אין אַ רײנעם אָרט.
5און דאָס פֿײַער אױפֿן מזבח זאָל געהאַלטן װערן אין ברענען דערױף, עס זאָל נישט פֿאַרלאָשן װערן. און דער כּהן זאָל אָנצינדן דערױף האָלץ פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן; און ער זאָל אױסלײגן דערױף דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און דעמפֿן דערױף דאָס פֿעטס פֿון די פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}. 6 אַ פֿײַער זאָל תּמיד געהאַלטן װערן אין ברענען אױפֿן מזבח; עס זאָל נישט פֿאַרלאָשן װערן.
7און דאָס איז דער דין פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}: די קינדער פֿון אַהרֹן זאָלן עס גענענען פֿאַר ה׳ פֿאָרנט פֿון מזבח. 8און ער זאָל אַראָפּנעמען דערפֿון מיט זײַן הױפֿן: פֿון דעם זעמלמעל פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און פֿון זײַן אײל, און דעם גאַנצן װײַרעך װאָס אױפֿן שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}; און ער זאָל דעמפֿן זײַן דערמאָנונג {אַזְכָּרָה} אױפֿן מזבח פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 9און דאָס איבעריקע פֿון אים זאָלן עסן אַהרֹן און זײַנע זין; אומגעזײַערט זאָל עס געגעסן װערן, אין אַ הײליקן אָרט; אין הױף פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלן זײ עס עסן. 10עס זאָל נישט געבאַקט װערן געזײַערט. פֿאַר זײער חלק האָב איך דאָס זײ געגעבן פֿון מײַנע פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה}; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס, אַזױ װי דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און אַזױ װי דאָס שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}.#יְשַעְיָה 53‏.10 11 יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די קינדער פֿון אַהרֹן מעג עס עסן; אַן אײביק רעכט אױף אײַערע דור-דורות פֿון די פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿון ה׳; אַלץ װאָס װעט זיך אָנרירן אָן דעם זאָל װערן הײליק.
12 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 13 דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אַהרֹנען און זײַנע זין, װאָס זײ זאָלן מקריבֿ זײַן צו ה׳ אין דעם טאָג װאָס ער װערט געזאַלבט: אַ צענטל אֵיפֿה זעמלמעל פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} תּמיד, אַ העלפֿט דערפֿון אין דער פֿרי, און אַ העלפֿט דערפֿון אין אָװנט. 14 אױף אַ באַקפֿאַן, מיט אײל, זאָל עס געמאַכט װערן; גוט אָפּבריען זאָלסטו עס ברענגען; אַ געבאַקט שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} אין בראָקן זאָלסטו עס מקריבֿ זײַן פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 15 און דער כּהן װאָס איז דער געזאַלבטער אױף זײַן אָרט#6‏.15 זען טוֹיט פֿון משיח אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53‏.8. פֿון צװישן זײַנע זין, זאָל עס מאַכן; אַן אײביק געזעץ; אין גאַנצן צו ה׳ זאָל עס געדעמפֿט װערן. 16 און יעטװעדער שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} פֿון אַ כּהן זאָל אין גאַנצן פֿאַרברענט װערן; עס זאָל נישט געגעסן װערן.
17 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 18 רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דער דין פֿון דעם זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}: אין דעם אָרט װוּ דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} װערט געשאָכטן, זאָל געשאָכטן װערן דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} פֿאַר ה׳; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס. 19 דער כּהן װאָס ברענגט עס אױף פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} זאָל עס עסן; אין אַ הײליקן אָרט זאָל עס געגעסן װערן, אין הױף פֿון אוֹהל-מוֹעד. 20 אַלץ װאָס װעט זיך אָנרירן אָן זײַן פֿלײש, זאָל װערן הײליק; און אױב עס װעט אַרױפֿשפּריצן#יְשַעְיָה 52‏.15 פֿון זײַן בלוט אױף אַ בגד, זאָלסטו דאָס אױף װאָס עס װעט אַרױפֿשפּריצן, װאַשן אין אַ הײליקן אָרט. 21 און די לײמענע כּלי װאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} װערט געקאָכט װערן דערין, זאָל צעבראָכן װערן; און אױב עס װערט געקאָכט אין אַ קופּערנע כּלי, זאָל זי אױסגעשײַערט װערן, און אױסגעשװענקט װערן מיט װאַסער. 22 יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די כּהנים מעג דאָס עסן; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס. 23 אָבער קײן זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, װאָס פֿון זײַן בלוט װערט געבראַכט אין אוֹהל-מוֹעד כּדי מכַפּר צו זײַן אין הײליקטום, זאָל נישט געגעסן װערן; אין פֿײַער זאָל עס פֿאַרברענט װערן.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in