וַיִּקְרָא ד
ד
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אַז עמיצער װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע אין װאָסער עס איז פֿאַרבאָטזאַכן פֿון ה׳ װאָס טאָרן נישט געטאָן װערן, און ער װעט טאָן אײנע פֿון זײ, 3איז, אױב דאָס װעט זינדיקן דער געזאַלבטער כּהן, צו דער פֿאַרשולדיקונג פֿון פֿאָלק, זאָל ער מקריבֿ זײַן פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, אַ יונגן אָקס אָן אַ פֿעלער צו ה׳ פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}. 4און ער זאָל ברענגען דעם אָקס צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד פֿאַר ה׳, און זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם אָקס, און שעכטן דעם אָקס פֿאַר ה׳. 5און דער געזאַלבטער כּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און זאָל עס ברענגען צום אוֹהל-מוֹעד. 6און דער כּהן זאָל אײַנטונקען זײַן פֿינגער אין דעם בלוט, און שפּריצן#יְשַעְיָה 52.15 פֿון דעם בלוט זיבן מאָל פֿאַר ה׳, פֿאַר דעם פָּרוֹכֶת פֿון הײליקטום. 7און דער כּהן זאָל אַרױפֿטאָן פֿון דעם בלוט אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן װאָס פֿאַר ה׳ אין אוֹהל-מוֹעד, און דאָס גאַנצע בלוט פֿון אָקס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 8און דאָס גאַנצע פֿעטס פֿון דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} זאָל ער פֿון אים אַראָפּנעמען: דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, 9און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען, 10אַזױ װי עס װערט אַראָפּגענומען פֿון דעם אָקס פֿון פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}; און דער כּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}. 11און דאָס פֿעל פֿון דעם אָקס, און דאָס גאַנצע פֿלײש זײַנס, מיט זײַן קאָפּ, און מיט זײַנע קני, און זײַנע אינגעװײד, און זײַן מיסט – 12דעם גאַנצן אָקס זאָל ער אַרױסטראָגן אױסן לאַגער אין אַ רײנעם אָרט, װוּ מע שיט אױס די אַש, און אים פֿאַרברענען אױף האָלץ אין פֿײַער; װוּ מע שיט אױס די אַש זאָל ער פֿאַרברענט װערן.
13און אױב די גאַנצע עדה פֿון יִשׂרָאֵל װעט פֿאַרזען, װײַל אַ זאַך װעט זײַן פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון קהל, און זײ װעלן טאָן אײנע פֿון אַלע פֿאַרבאָטזאַכן פֿון ה׳ װאָס טאָרן נישט געטאָן װערן, און װעלן זיך פֿאַרשולדיקן, 14און זײ װעט באַװוּסט װערן די זינד װאָס זײ האָבן זיך דערמיט פֿאַרזינדיקט, זאָל קהל ברענגען אַ יונגן אָקס פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און זײ זאָלן אים צוברענגען פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד. 15און די עלטסטע פֿון דער עדה זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון אָקס פֿאַר ה׳, און מע זאָל שעכטן דעם אָקס פֿאַר ה׳. 16און דער געזאַלבטער כּהן זאָל ברענגען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס צום אוֹהל-מוֹעד. 17און דער כּהן זאָל אײַנטונקען זײַן פֿינגער אין דעם בלוט, און שפּריצן#יְשַעְיָה 52.15 זיבן מאָל פֿאַר ה׳, פֿאָרנט פֿון פָּרוֹכֶת. 18און ער זאָל אַרױפֿטאָן פֿון דעם בלוט אױף די הערנער פֿון דעם מזבח װאָס פֿאַר ה׳, װאָס אין אוֹהל-מוֹעד, און דאָס גאַנצע בלוט זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 19און דאָס גאַנצע פֿעטס זײַנס זאָל ער אַראָפּנעמען פֿון אים, און דעמפֿן אױפֿן מזבח. 20און ער זאָל טאָן מיט דעם אָקס, אַזױ װי ער האָט געטאָן מיט דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; גענױ אַזױ זאָל ער טאָן מיט אים; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף זײ, און זײ װעט פֿאַרגעבן װערן. 21און ער זאָל אַרױסטראָגן דעם אָקס אױסן לאַגער, און אים פֿאַרברענען, אַזױ װי ער האָט פֿאַרברענט דעם פֿריערדיקן אָקס; אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} פֿאַר קהל איז דאָס.
22אַז אַ פֿירשט װעט זינדיקן, און װעט טאָן דורך אַ פֿאַרזע אײנע פֿון אַלע פֿאַרבאָטזאַכן פֿון ה׳ זײַן ג-ט װאָס טאָרן נישט געטאָן װערן, און װעט זיך פֿאַרשולדיקן; 23אױב אים װערט באַװוּסט זײַן זינד װאָס ער האָט זיך דערין פֿאַרזינדיקט, זאָל ער ברענגען פֿאַר זײַן קָרבָּן אַ ציגנבאָק, אַ זָכר אָן אַ פֿעלער. 24און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון באָק, און אים שעכטן אין דעם אָרט װוּ מע שעכט דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿאַר ה׳; אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} איז דאָס. 25און דער כּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} מיט זײַן פֿינגער, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}; און דאָס איבעריקע בלוט זײַנס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}. 26און דאָס גאַנצע פֿעטס זײַנס זאָל ער דעמפֿן אױפֿן מזבח, אַזױ װי דאָס פֿעטס פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿון װעגן זײַן זינד, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן.
27און אױב אַן אײנצלנער מענטש פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע, מיט װאָס ער װעט טאָן אײנע פֿון די פֿאַרבאָטזאַכן פֿון ה׳ װאָס טאָרן נישט געטאָן װערן, און װעט זיך פֿאַרשולדיקן; 28אױב מע מאַכט אים װיסן זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, זאָל ער ברענגען פֿאַר זײַן קָרבָּן אַ ציג אָן אַ פֿעלער, אַ זי, פֿאַר דער זינד װאָס ער האָט געזינדיקט. 29און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם זינדאָפּפֿער, און שעכטן דאָס זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} אין דעם אָרט פֿון דעם בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}. 30און דער כּהן זאָל נעמען פֿון זײַן בלוט מיט זײַן פֿינגער, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און דאָס גאַנצע בלוט זײַנס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון מזבח. 31און דאָס גאַנצע פֿעטס זײַנס זאָל ער אַראָפּנעמען, אַזױ װי דאָס פֿעטס װערט אַראָפּגענומען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}; און דער כּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן.
32און אױב אַ לאַם {שֶׂה}#יְשַעְיָה 53.7 װעט ער ברענגען זײַן קָרבָּן פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, זאָל ער ברענגען אַ זי אָן אַ פֿעלער. 33און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, און זאָל עס שעכטן פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, אין דעם אָרט װוּ מע שעכט דאָס בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}. 34און דער כּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} מיט זײַן פֿינגער, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און דאָס גאַנצע בלוט זײַנס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון מזבח. 35און דאָס גאַנצע פֿעטס זײַנס זאָל ער אַראָפּנעמען, אַזױ װי דאָס פֿעטס פֿון שעפּס װערט אַראָפּגענומען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}; און דער כּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח, אױף די פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿון ה׳; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿון װעגן זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא ד: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2025 Orthodox Hasidic Yiddish Bibel

: