YouVersion Logo
Search Icon

וַיִּקְרָא ג

ג
1און אױב אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}#יְשַעְיָה 48‏.18; 49‏.1; 48‏.22‏; 49‏.5‏-6; 48‏.22; 53‏.5; 54‏.11; 9‏.6 איז זײַן קָרבָּן, אױב ער ברענגט פֿון רינדער, סײַ אַ זָכר, סײַ אַ נקבֿה, זאָל ער אָן אַ פֿעלער אים ברענגען פֿאַר ה׳. 2און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן קָרבָּן, און אים שעכטן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און די קינדער פֿון אַהרֹן, די כּהנים, זאָלן שפּרענגען#יְשַעְיָה 52‏.15 דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 3און ער זאָל גענענען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} צו ה׳, דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, 4און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען. 5און די קינדער פֿון אַהרֹן זאָלן עס דעמפֿן אױפֿן מזבח איבער דעם בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} װאָס אױפֿן האָלץ װאָס איבערן פֿײַער, אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.
6און אױב פֿון קלײנפֿי איז זײַן קָרבָּן פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים} צו ה׳, אַ זָכר אָדער אַ נקבֿה, זאָל ער אָן אַ פֿעלער אים ברענגען. 7אױב אַ שעפּס ברענגט ער פֿאַר זײַן קָרבָּן, זאָל ער אים גענענען פֿאַר ה׳. 8און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן קָרבָּן, און אים שעכטן פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד; און די קינדער פֿון אַהרֹן זאָלן שפּרענגען#יְשַעְיָה 52‏.15 זײַן בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 9און ער זאָל גענענען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} צו ה׳, זײַן פֿעטס, דעם גאַנצן װײדל – לעבן דעם רוקנבײן זאָל ער אים אַראָפּנעמען – און דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, 10און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען 11און דער כּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח, אַ שפּײַז פֿון פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} צו ה׳.
12און אױב אַ ציג איז זײַן קָרבָּן, זאָל ער אים גענענען פֿאַר ה׳. 13און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױף זײַן קאָפּ, און אים שעכטן פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד; און די קינדער פֿון אַהרֹן זאָלן שפּרענגען#יְשַעְיָה 52‏.15 זײַן בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 14און ער זאָל גענענען דערפֿון זײַן קָרבָּן, אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} צו ה׳: דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, 15און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען. 16און דער כּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח – אַ שפּײַז פֿון פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿאַר אַ געשמאַקן ריח; דאָס גאַנצע פֿעטס צו ה׳. 17אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דור-דורות אין אַלע אײַערע װױנערטער: קײן חֵלבֿ און קײן בלוט זאָלט איר נישט עסן.

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in