וַיִּקְרָא ב
ב
1און אַז עמיצער װעט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} צו ה׳, זאָל זײַן קָרבָּן זײַן פֿון זעמלמעל, און ער זאָל אַרױפֿגיסן אױף אים אײל, און אַרױפֿטאָן אױף אים װײַרעך. 2און ער זאָל עס ברענגען צו די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים; און ער זאָל אָנהױפֿן דערפֿון זײַן פֿולן הױפֿן – פֿון זײַן זעמלמעל, און פֿון זײַן אײל, מיט זײַן גאַנצן װײַרעך, און דער כֹּהן זאָל דעמפֿן זײַן דערמאָנונג {אַזְכָּרָה} אױפֿן מזבח, אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 3און דאָס איבעריקע פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} איז פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע קינדער; אַ הײליקסטע הײליקײט פֿון די פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿון ה׳.
4און אַז דו װעסט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} געבאַקן אין אַן אױװן, זאָל עס זײַן פֿון זעמלמעל, אומגעזײַערטע חלות פֿאַרמישט מיט אײל, אָדער אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל.
5און אױב אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} אױף אַ באַקפֿאַן איז דײַן קָרבָּן, זאָל עס זײַן פֿון זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, אומגעזײַערט. 6זאָלסט עס צעבראָקן אין בראָקן, און אַרױפֿגיסן דערױף אײל; אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} איז דאָס.
7און אױב אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} אין אַ בראָטפֿאַן איז דײַן קָרבָּן, זאָל עס געמאַכט װערן פֿון זעמלמעל מיט אײל.
8און זאָלסט ברענגען דאָס שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} װאָס װערט געמאַכט פֿון די דאָזיקע, צו ה׳; און מע זאָל עס דערלאַנגען צום כֹּהן, און ער זאָל עס גענענען צום מזבח. 9און דער כֹּהן זאָל אַראָפּהײבן פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} זײַן דערמאָנונג {אַזְכָּרָה}, און דעמפֿן אױפֿן מזבח – אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. 10און דאָס איבעריקע פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} איז פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע קינדער; אַ הײליקסטע הײליקײט פֿון די פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} פֿון ה׳. 11קײן שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} װאָס איר װעט ברענגען צו ה׳, זאָל נישט געמאַכט װערן פֿון חמץ, װאָרום פֿון קײן זױערטײג און קײן האָניק טאָרט איר נישט דעמפֿן אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} צו ה׳. 12פֿאַר אַ קָרבָּן פֿון ערשטפֿרוכט מעגט איר זײ ברענגען צו ה׳, אָבער אױפֿן מזבח טאָרן זײ נישט אַרױפֿקומען פֿאַר אַ געשמאַקן ריח. 13און דײַן איטלעך שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} זאָלסטו מיט זאַלץ באַזאַלצן, און זאָלסט נישט אױסלאָזן פֿון דײַן שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} דאָס זאַלץ פֿון דײַן ג-טס בְּרִית; מיט דײַן איטלעכן קָרבָּן זאָלסטו מקריבֿ זײַן זאַלץ.
14און אױב דו װעסט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} פֿון ערשטצײַטיקע צו ה׳, זאָלסטו ברענגען זאַנגען געברענט אין פֿײַער, גריץ פֿון פֿרישע קערנער, פֿאַר דעם שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} פֿון דײַנע ערשטצײַטיקע. 15און זאָלסט אַרױפֿגיסן אױף אים אײל, און אַרױפֿטאָן אױף אים װײַרעך; אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} איז דאָס. 16און דער כֹּהן זאָל דעמפֿן זײַן דערמאָנונג {אַזְכָּרָה}, פֿון זײַן גריץ, און פֿון זײַן אײל, מיט זײַן גאַנצן װײַרעך, אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} צו ה׳.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא ב: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: