וַיִּקְרָא יב
יב
תַזְרִיעַ
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אַ פֿרױ אַז זי װעט געלעגן װערן, און געבערן אַ ייִנגל, זאָל זי זײַן אומרײן זיבן טעג; אַזױ װי די טעג פֿון דער אָפּזונדערונג אין איר קראַנקשאַפֿט זאָל זי זײַן אומרײן. 3און אױפֿן אַכטן טאָג#ברֵאשִית 17.10-14 זאָל געמַלט װערן דאָס פֿלײש פֿון זײַן פֿאָרהױט. 4און דרײַסיק טעג מיט דרײַ טעג זאָל זי בלײַבן אין דעם בלוט פֿון רײניקונג; אָן קײן הײליקער זאַך זאָל זי זיך נישט אָנרירן, און אין מִקדָש זאָל זי נישט קומען, ביז די טעג פֿון איר רײניקונג װערן פֿול. 5אױב אָבער זי װעט געבערן אַ מײדל, זאָל זי זײַן אומרײן צװײ װאָכן, אַזױ װי אין איר אָפּזונדערונג, און זעכציק טעג מיט זעקס טעג זאָל זי בלײַבן אין דעם בלוט פֿון רײניקונג. 6און אַז די טעג פֿון איר רײניקונג װערן פֿול, בײַ אַ ייִנגל אָדער בײַ אַ מײדל, זאָל זי ברענגען אַ יאָריקן שעפּס פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און אַ יונגע טױב, אָדער אַ טורטלטױב, פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, צום כּהן. 7און ער זאָל עס מקריבֿ זײַן פֿאַר ה׳, און מכַפּר זײַן אױף איר, און זי װעט װערן רײן פֿון איר בלוטקװאַל. דאָס איז דער דין פֿון אַ קימפּעטאָרין, בײַ אַ ייִנגל אָדער בײַ אַ מײדל.
8און אױב איר האַנט פֿאַרמאָגט נישט גענוג אױף אַ לאַם,#יְשַעְיָה 53.7 זאָל זי נעמען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת}; און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף איר, און זי װעט װערן רײן.
Currently Selected:
וַיִּקְרָא יב: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2025 Orthodox Hasidic Yiddish Bibel