YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת ט

ט
1און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: קום צו פַּרעהן, און רעד צו אים: אַזױ האָט געזאָגט ה׳, דער ג-ט פֿון די עִבֿרים: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען.#9‏.1 זען הערה דָניאֵל 7‏.14 2װאָרום אױב דו װילסט נישט אַװעקלאָזן, און האַלטסט זײ נאָך װײַטער, 3זע, װעט די האַנט פֿון ה׳ זײַן אױף דײַן פֿיך װאָס אין פֿעלד, אױף די פֿערד, אױף די אײזלען, אױף די קעמלען, אױף די רינדער, און אױף די שאָף; אַ זײער שװערע מגפֿה. 4און ה׳ װעט אָפּזונדערן צװישן דעם פֿיך פֿון יִשׂרָאֵל און צװישן דעם פֿיך פֿון מִצרַיִם, און פֿון אַלץ װאָס געהערט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעט גאָרנישט שטאַרבן. 5און ה׳ האָט געמאַכט אַ צײַט, אַזױ צו זאָגן: מאָרגן װעט ה׳ טאָן די דאָזיקע זאַך אין לאַנד.
6און ה׳ האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך אױף מאָרגן, און דאָס גאַנצע פֿיך פֿון מִצרַיִם איז אױסגעשטאָרבן, אָבער פֿון דעם פֿיך פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז אַן אײנציקס נישט געשטאָרבן. 7און פַּרעה האָט געשיקט, ערשט פֿון דעם פֿיך פֿון יִשׂרָאֵל איז צו מאָל אַן אײנציקס נישט געשטאָרבן. אָבער פַּרעהס האַרץ איז געבליבן האַרט, און ער האָט נישט אַװעקגעלאָזן דאָס פֿאָלק.
8און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען: נעמט אײַך אײַערע פֿולע הױפֿנס אַש פֿון אַ קאַלכאױװן, און משה זאָל עס אַ װאָרף טאָן אַקעגן הימל, פֿאַר די אױגן פֿון פַּרעהן. 9און עס װעט װערן צו שטױב איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, און װערן אַ גרינד װאָס שלאָגט אױס אין בלאָטערן, אױף מענטשן און אױף בהמות, אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם.
10האָבן זײ גענומען אַש פֿון אַ קאַלכאױװן, און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר פַּרעהן, און משה האָט עס אַ װאָרף געטאָן אַקעגן הימל, און עס איז געװאָרן אַ גרינד װאָס שלאָגט אױס אין בלאָטערן, אױף מענטשן און אױף בהמות. 11און די חַרטומים האָבן נישט געקענט שטײן פֿאַר משהן פֿון װעגן דעם גרינד, װאָרום דער גרינד איז געװען אױף די חַרטומים אַזױ װי אױף גאַנץ מִצרַיִם.
12אָבער ה׳ האָט פֿעסט געמאַכט פַּרעהס האַרץ, און ער האָט נישט צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט צו משהן.
13און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: פֿעדער זיך אין דער פֿרי, און שטעל זיך פֿאַר פַּרעהן, און זאָג צו אים: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דער ג-ט פֿון די עִבֿרים: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען.#9‏.13 זען הערה דָניאֵל 7‏.14 14װײַל דאָס מאָל שיק איך אָן אַלע מײַנע פּלאָגן אױף דיר האַרץ,#שְמוֹת 9‏.7 אױף דײַנע קנעכט, און אױף דײַן פֿאָלק, כּדי זאָלסט װיסן, אַז נישטאָ אַזאַ װי איך אױף דער גאַנצער ערד. 15װאָרום איך װאָלט אַצונד אױסגעשטרעקט מײַן האַנט, און װאָלט געשלאָגן דיך און דײַן פֿאָלק מיט אַ מגפֿה, אַז דו װאָלסט פֿאַרטיליקט געװאָרן פֿון דער ערד. 16און נאָר דערום האָב איך דיך אױפֿגעשטעלט, כּדי דיר צו װײַזן מײַן כּוֹח, און כּדי מע זאָל דערצײלן מײַן נאָמען איבער דער גאַנצער ערד.
17נאָך אַלץ דערהײבסטו זיך אַקעגן מײַן פֿאָלק,#יְשַעְיָה 53‏.8 זײ נישט אַװעקצולאָזן. 18זע, איך מאַך רעגענען מאָרגן אין דער צײַט זײער אַ שװערן האָגל, װאָס אַזאַ װי ער איז נישט געװען אין מִצרַיִם פֿון דעם טאָג װאָס זי איז געגרונטפֿעסט געװאָרן און ביז אַצונד. 19און אַצונד שיק אַרײַנטרײַבן דײַן פֿיך, און אַלץ װאָס דו האָסט אין פֿעלד; יעטװעדער מענטש און בהמה װאָס װעט זיך געפֿינען אין פֿעלד, און װעט נישט אַרײַנגענומען װערן אין הױז, װעט אױף זײ נידערן דער האָגל, און זײ װעלן שטאַרבן.
20דער פֿון פַּרעהס דינער װאָס האָט מורא געהאַט פֿאַר ה׳ס װאָרט, האָט געמאַכט אַנטרינען זײַנע קנעכט און זײַן פֿיך אין די הײַזער. 21און װער עס האָט נישט געטאָן זײַן האַרץ אױף ה׳ס װאָרט, האָט איבערגעלאָזן זײַנע קנעכט און זײַן פֿיך אין פֿעלד.
22און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: שטרעק אױס דײַן האַנט אַקעגן הימל, און זאָל װערן אַ האָגל אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, אױף מענטשן, און אױף בהמות, און אױף אַלעם גראָז פֿון פֿעלד אין דעם לאַנד מִצרַיִם.
23האָט משה אױסגעשטרעקט זײַן שטעקן אַקעגן הימל, און ה׳ האָט געגעבן דונערן און האָגל, און אַ פֿײַער איז אַראָפּגעפֿאַלן אױף דער ערד; און ה׳ האָט געמאַכט רעגענען אַ האָגל אױפֿן לאַנד מִצרַיִם. 24און עס איז געװען אַ האָגל, מיט אַ פֿלאַקעריקן פֿײַער אין מיטן האָגל, זײער אַ שװערער, װאָס אַזאַ װי ער איז נישט געװען אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, פֿון זינט עס איז געװאָרן צום פֿאָלק. 25און דער האָגל האָט אײַנגעשלאָגן אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם אַלץ װאָס אױפֿן פֿעלד, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה; אױך יעטװעדער קרײַטעכץ פֿון פֿעלד האָט דער האָגל אױסגעשלאָגן, און יעטװעדער בױם פֿון פֿעלד האָט ער צעבראָכן. 26נאָר אין לאַנד גוֹשֶן, װאָס דאָרטן זײַנען געװען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, איז קײן האָגל נישט געװען.
27האָט פַּרעה געשיקט און גערופֿן משהן און אַהרֹנען, און ער האָט צו זײ געזאָגט: איך האָב געזינדיקט דאָס מאָל; ה׳ איז גערעכט (הצדיק), און איך און מײַן פֿאָלק זײַנען אומגערעכט. 28בעט צו ה׳, און זאָל זײַן גענוג די דונערן פֿון אלֹקים און דער האָגל, און איך װעל אײַך אַװעקלאָזן, און איר װעט מער נישט בלײַבן. 29האָט משה צו אים געזאָגט: װי איך גײ אַרױס פֿון שטאָט, װעל איך אױסשפּרײטן מײַנע הענט צו ה׳; װעלן די דונערן אױפֿהערן, און דער האָגל װעט מער נישט זײַן; כּדי זאָלסט װיסן אַז צו ה׳ געהערט די ערד. 30און דו און דײַנע קנעכט – איך װײס, אַז איר האָט נאָך אַלץ נישט מורא פֿאַר ה׳ אלֹקים.
31און דער פֿלאַקס און דער גערשט זײַנען אױסגעשלאָגן געװאָרן, װאָרום דער גערשט איז געװען אין זאַנג, און דער פֿלאַקס אין בליִונג. 32אָבער דער װײץ און דער טונקלװײץ זײַנען נישט אױסגעשלאָגן געװאָרן, װײַל זײ װערן שפּעט צײַטיק.
33און משה איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן אױסן שטאָט, און האָט אױסגעשפּרײט זײַנע הענט צו ה׳, און די דונערן און דער האָגל האָבן אױפֿגעהערט, און דער רעגן האָט מער נישט געגאָסן אױף דער ערד.
34און װי פַּרעה האָט געזען, אַז דער רעגן און דער האָגל און די דונערן האָבן אױפֿגעהערט, אַזױ האָט ער װײַטער געזינדיקט, און האָט האַרט געמאַכט זײַן האַרץ, ער און זײַנע קנעכט. 35און פַּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט, און ער האָט נישט אַװעקגעלאָזן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט דורך משהן.

Currently Selected:

שְמוֹת ט: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in