YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת ח

ח
1 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: זאָג צו אַהרֹנען: שטרעק אױס דײַן האַנט מיט דײַן שטעקן אױף די שטראָמען, אױף די טײַכן, און אױף די געמױזעכצן, און ברענג אַרױף פֿרעש אױפֿן לאַנד מִצרַיִם. 2 און אַהרן האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף די װאַסערן פֿון מִצרַיִם, און די פֿרעש זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען, און האָבן באַדעקט דאָס לאַנד מִצרַיִם. 3 האָבן די חַרטומים געטאָן דעס גלײַכן מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן, און זײ האָבן אַרױפֿגעבראַכט פֿרעש אױפֿן לאַנד מִצרַיִם.
4 און פַּרעה האָט גערופֿן משהן און אַהרֹנען, און האָט געזאָגט: בעט צו ה׳, ער זאָל אָפּטאָן די פֿרעש פֿון מיר און פֿון מײַן פֿאָלק, און איך װעל אַװעקלאָזן דאָס פֿאָלק, זײ זאָלן שלאַכטן צו ה׳. 5 האָט משה געזאָגט צו פַּרעהן: האָב דעם כּבֿוד איבער מיר; אױף װען זאָל איך בעטן פֿאַר דיר, און פֿאַר דײַנע קנעכט, און פֿאַר דײַן פֿאָלק, צו פֿאַרשנײַדן {כרת}#8‏.5 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 די פֿרעש פֿון דיר, און פֿון דײַנע הײַזער, אַז נאָר אין טײַך זאָלן זײ בלײַבן? 6 האָט ער געענטפֿערט: אױף מאָרגן. האָט ער געזאָגט: אַזױ װי דײַן װאָרט! כּדי זאָלסט װיסן, אַז נישטאָ אַזאַ װי ה׳ אלוקינו. 7 און די פֿרעש װעלן זיך אָפּטאָן פֿון דיר, און פֿון דײַנע הײַזער, און פֿון דײַנע קנעכט, און פֿון דײַן פֿאָלק; נאָר אין טײַך װעלן זײ בלײַבן.
8 זײַנען משה און אַהרן אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן, און משה האָט געשריען צו ה׳ פֿון װעגן די פֿרעש װאָס ער האָט אַרױפֿגעטאָן אױף פַּרעהן. 9 און ה׳ האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן, און די פֿרעש זײַנען אױסגעשטאָרבן פֿון די הײַזער, פֿון די הױפֿן, און פֿון די פֿעלדער. 10 און מע האָט זײ צונױפֿגעשאַרט הױפֿנס אױף הױפֿנס, און דאָס לאַנד איז פֿאַרשטונקען געװאָרן. 11 און װי פַּרעה האָט געזען, אַז עס איז געװאָרן אַ דערלײַכטערונג, אַזױ האָט ער האַרט געמאַכט זײַן האַרץ, און האָט נישט צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט.
12 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: זאָג צו אַהרֹנען: שטרעק אױס דײַן שטעקן, און שלאָג דעם שטױב פֿון דער ערד, און ער זאָל װערן אומגעציפֿער אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. 13 האָבן זײ אַזױ געטאָן; און אַהרן האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט מיט זײַן שטעקן, און ער האָט געשלאָגן דעם שטױב פֿון דער ערד, און עס איז געװאָרן אומגעציפֿער אױף מענטשן און אױף בהמות; דער גאַנצער שטױב פֿון דער ערד איז געװאָרן אומגעציפֿער אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. 14 און די חַרטומים האָבן דעס גלײַכן געאַרבעט מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן אַרױסצוברענגען אומגעציפֿער, אָבער זײ האָבן נישט געקענט. און דאָס אומגעציפֿער איז געװען אױף מענטשן און אױף בהמות. 15 און די חַרטומים האָבן געזאָגט צו פַּרעהן: דאָס איז דער פֿינגער פֿון אלֹקים. אָבער פַּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט, און ער האָט נישט צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט.
16 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: פֿעדער זיך אין דער פֿרי, און שטעל זיך פֿאַר פַּרעהן; זע, ער גײט אַרױס צום װאַסער, זאָלסטו זאָגן צו אים: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען. 17 װאָרום אױב דו לאָזט נישט אַװעק מײַן פֿאָלק,#8‏.17 זעןיְשַעְיָה 53‏.8 אָט שיק איך אָן אױף דיר, און אױף דײַנע קנעכט, און אױף דײַן פֿאָלק, און אין דײַנע הײַזער, אַ געמיש פֿליגן, און די הײַזער פֿון מִצרַיִם װעלן אָנגעפֿילט װערן מיט דעם געמיש פֿליגן, און אױך די ערד װאָס זײ זײַנען אױף איר. 18 און איך װעל אָפּזונדערן אין יענעם טאָג דאָס לאַנד גוֹשֶן, װאָס מײַן פֿאָלק#8‏.18 זעןיְשַעְיָה 53‏.8 האַלט זיך אױף דערין, אַז דאָס געמיש פֿליגן זאָל דאָרטן נישט זײַן, כּדי זאָלסט װיסן, אַז איך, ה׳, בין אין לאַנד. 19 און איך װעל מאַכן אַן אָפּשײדונג צװישן מײַן פֿאָלק#8‏.19 זעןיְשַעְיָה 53‏.8 און צװישן דײַן פֿאָלק. אױף מאָרגן װעט געשען דער דאָזיקער צײכן. 20 און ה׳ האָט אַזױ געטאָן: און עס איז געקומען אַ געדיכט געמיש פֿליגן אין הױז פֿון פַּרעהן, און אין הױז פֿון זײַנע קנעכט, און אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. דאָס לאַנד איז פֿאַרװיסט געװאָרן פֿון װעגן דעם געמיש פֿליגן.
21 האָט פַּרעה גערופֿן משהן און אַהרֹנען, און האָט געזאָגט: גײט שלאַכט צו אלוקיכם אין לאַנד. 22 האָט משה געזאָגט: עס איז נישט רעכט אַזױ צו טאָן, װאָרום די אומװערדיקײט פֿון די מִצרַיִם װעלן מיר שלאַכטן צו ה׳ אלוקינו; זע, אַז מיר װעלן שלאַכטן די אומװערדיקײט פֿון די מִצרַיִם פֿאַר זײערע אױגן, צי װעלן זײ אונדז נישט פֿאַרשטײנען? 23 דרײַ טעג װעגס װעלן מיר גײן אין דער מדבר, און מיר װעלן שלאַכטן צו ה׳ אלוקינו, אַזױ װי ער װעט אונדז הײסן.
24 האָט פַּרעה געזאָגט: איך װעל אײַך אַװעקלאָזן, איר זאָלט שלאַכטן צו ה׳ אלוקיכם אין דער מדבר, נאָר זײער װײַט זאָלט איר נישט גײן. בעט פֿאַר מיר. 25 האָט משה געזאָגט: זע, איך גײ אַרױס פֿון דיר, און װעל בעטן צו ה׳, אַז דאָס געמיש פֿליגן זאָל זיך מאָרגן אָפּטאָן פֿון פַּרעהן, פֿון זײַנע קנעכט, און פֿון זײַן פֿאָלק; זאָל אָבער פַּרעה נישט װידער מאַכן געשפּעט, נישט אַװעקצולאָזן דאָס פֿאָלק צו שלאַכטן צו ה׳. 26 און משה איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן, און האָט געבעטן צו ה׳. 27 און ה׳ האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן, און האָט אָפּגעטאָן דאָס געמיש פֿליגן, פֿון פַּרעהן, פֿון זײַנע קנעכט, און פֿון זײַן פֿאָלק; נישט אַן אײנציקע איז געבליבן. 28 אָבער פַּרעה האָט אױך דאָס מאָל האַרט געמאַכט זײַן האַרץ, און האָט נישט אַװעקגעלאָזן דאָס פֿאָלק.

Currently Selected:

שְמוֹת ח: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in