שְמוֹת ג
ג
1און משה האָט געפֿיטערט די שאָף פֿון זײַן שװער יִתרוֹן, דעם פּריסטער פֿון מִדיָן, און ער האָט געפֿירט די שאָף צום מדבר צו, און ער איז געקומען צום באַרג פֿון האלֹקים, צו חוֹרֵבֿ. 2האָט זיך באַװיזן צו אים דער מלאך פֿון ה׳#3.2 רבי מלך המשיח די פֿאַרקערפּערונג פֿון דעם דרך־החיִים באַװיזן װי דער מלאך פֿון ה׳ אין ברֵאשִית 16.13 22.14 שְמוֹת 3.14 שוֹפֿטִים 6.22 שוֹפֿטִים 13.18-22 אין אַ פֿלאַמפֿײַער פֿון מיטן פֿון אַ דאָרן, און ער האָט געזען, ערשט דער דאָרן ברענט אין פֿײַער, און דער דאָרן װערט נישט פֿאַרצערט. 3האָט משה געזאָגט: לאָמיך אַקאָרשט אָפּקערן און זען די דאָזיקע גרױסע זעונג, פֿאַר װאָס דער דאָרן װערט נישט פֿאַרברענט. 4און װי ה׳ האָט געזען, אַז ער האָט אָפּגעקערט צו זען, אַזױ האָט אלֹקים גערופֿן צו אים פֿון מיטן דאָרן, און האָט געזאָגט: משה! משה! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך. 5האָט ער געזאָגט: זאָלסט נישט גענענען אַהער; טו אױס דײַנע שיך פֿון דײַנע פֿיס, װאָרום דער אָרט װאָס דו שטײסט אױף אים, דאָס איז הײליקע ערד. 6און ער האָט געזאָגט: איך בין דער ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער, אלוקי אבֿרהמען, אלוקי יִצחָקן, און אלוקי יעקבֿן. און משה האָט פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים, װײַל ער האָט מורא געהאַט צו קוקן אױף האלֹקים. 7און ה׳ האָט געזאָגט: זען געזען האָב איך די פּײַן פֿון מײַן פֿאָלק {עַמִּי}#יְשַעְיָה 53.8, װאָס אין מִצרַיִם, און איך האָב צוגעהערט זײַן געשרײ פֿון װעגן זײַנע דריקער {נגשׂ}#יְשַעְיָה 53.7, װאָרום איך װײס זײַנע װײטיקן {מַכְאֹוב}#יְשַעְיָה 53.4. 8און איך האָב אַראָפּגענידערט אים מציל צו זײַן פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם, און אים אױפֿצוברענגען פֿון יענעם לאַנד אין אַ גוטן און אַ ברײטן לאַנד, אין אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, אין דעם אָרט פֿון דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי. 9און אַצונד, זע, דאָס געשרײ פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז געקומען צו מיר, און איך האָב אױך געזען די דריקונג װאָס די מִצרַיִם דריקן זײ. 10דערום קום אַצונד, און איך װעל דיך שיקן צו פַּרעהן,#3.10 זען אױך דעם רוף פֿון משיח בן דָוִדיְשַעְיָה 9.5; 49.1 און צי אַרױס מײַן פֿאָלק {עַמִּי}#יְשַעְיָה 53.8, די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון מִצרַיִם.#3.10 מִצרַיִם איז אַ טיפּ פֿון עולם הזה. פֿריער פֿון דאָס װאָרט איז געװאָרן (פארקערפערן) בשׂר ודם אַ מיגלעך פֿאָרבילד פֿאָרױסיקע װײַזונג פֿון די התגשמוּת; זען הערה יְשַעְיָה 7.14; דָניאֵל 7.13-14 בן אלֹקים אַלס זון פֿון דער אױבערשטער. דער בר אנוש גֹּואֵל װעלן אַלע פֿעלקער עבֿודה באַדינען אַלס נישט װײניקער װי ה׳ (דָניאֵל 7.14). ער קומט צום עתיק יומין (דאָס איז, ה׳) װעלכער פֿאַרמאָגט זײַן װאָרט הנצחי פֿון אָנהײב (מִשלֵי 8.22; ברֵאשִית 1.3; תְּהִלִּים 33.6): דאָס איז, זײַן װאָרט הנצחי, דער זון פֿון דער אױבערשטער (מִשלֵי 30.4). רש״י זאָגט אַז דער בר אנוש (דָניאֵל 7.13-14) איז מלך המשיח. אָבער װען מיר פֿאַרגלײַכן די װאָרט פֿאַר עבֿודה באַדינען (פּלח) אין דָניאֵל 3.12 און אין דָניאֵל 7.14 עס איז קלאָר אַז אָפּגעטער טאָן נישט באַקומען אַזאַ עבֿודה באַדינען (פּלח) פֿון אַלע פֿעלקער, אומות, און לשוֹנות; דערפֿאַר משיח איז נישט אַן אָפּגאָט; נאָר ער װעט באַקומען עבֿודה (פּלח) אַלס גאָרנישט וױיניקער וױ ה׳. זען פּלח, החכם מרקוס יאסטרוב, סֵפֿר מלים (ניו יארק: יודאיקא פרעסס, 1985), 1178. זען ברֵאשִית 18.1-15; 32.24-30; שְמוֹת 3.2-10; במִדְבר 22.22-35; יְהוֹשועַ 5.13-15; שוֹפֿטִים 13.1-22; דָניאֵל 3.16-28. 11האָט משה געזאָגט צו האלֹקים: װער בין איך, אַז איך זאָל גײן צו פַּרעהן, און אַז איך זאָל אַרױסציען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון מִצרַיִם? 12האָט ער געזאָגט: אָבער איך װעל זײַן מיט דיר; און דאָס װעט דיר זײַן דער צײכן, אַז איך האָב דיך געשיקט. װען דו ציסט אַרױס דאָס פֿאָלק פֿון מִצרַיִם, װעט איר דינען האלֹקים אױף דעם דאָזיקן באַרג. 13האָט משה געזאָגט צו האלֹקים: אָט קום איך צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און איך װעל זאָגן צו זײ: דער ג-ט פֿון אײַערע עלטערן האָט מיך געשיקט צו אײַך, און זײ װעלן זאָגן צו מיר: װאָס איז זײַן נאָמען? װאָס זאָל איך זאָגן צו זײ? 14האָט אלֹקים געזאָגט צו משהן: איך בין װער איך בין. און ער האָט געזאָגט: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: איך בין#3.14 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. האָט מיך געשיקט צו אײַך. 15און אלֹקים האָט װײַטער געזאָגט צו משהן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: ה׳, דער ג-ט פֿון אײַערע עלטערן, אלוקי אבֿרהמען, אלוקי יִצחָקן, און אלוקי יעקבֿן, האָט מיך געשיקט צו אײַך. דאָס איז מײַן נאָמען אױף אײביק, און דאָס איז מײַן געדעכעניש אױף דוֹר-דוֹרות. 16גײ, און זאָלסט אײַנזאַמלען די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָגן צו זײ: ה׳, דער ג-ט פֿון אײַערע עלטערן, אלוקי אבֿרהם, יִצחָק, און יעקבֿ, האָט זיך באַװיזן צו מיר, אַזױ צו זאָגן: דאַכטן האָב איך געדאַכט אָן אײַך, און אָן װאָס אײַך װערט געטאָן אין מִצרַיִם. 17און איך האָב געזאָגט: איך װעל אײַך אױפֿברענגען פֿון דער פּײַן פֿון מִצרַיִם, אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, אין אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק. 18און זײ װעלן צוהערן צו דײַן קֹול, און װעסט קומען, דו און די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, צו דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און איר װעט זאָגן צו אים: ה׳, דער ג-ט פֿון די עִבֿרים, האָט זיך געטראָפֿן פֿאַר אונדז. און אַצונד, לאָמיר גײן, איך בעט דיך, דרײַ טעג װעגס אין דער מדבר, כּדי מיר זאָלן מקריבֿ זײַן צו ה׳ אלוקינו. 19און איך װײס אַז דער מלך פֿון מִצרַיִם װעט אײַך נישט לאָזן גײן סײַדן דורך אַ שטאַרקער האַנט. 20װעל איך אױסשטרעקן מײַן האַנט, און איך װעל שלאָגן מִצרַיִם מיט אַלע מײַנע װוּנדער, װאָס איך װעל טאָן דערין, און דערנאָך װעט ער אײַך אַװעקלאָזן. 21און איך װעל געבן דעם דאָזיקן פֿאָלק חן אין די אױגן פֿון מִצרַיִם, און עס װעט זײַן, אַז איר װעט אַרױסגײן, װעט איר נישט אַרױסגײן מיט לײדיקן; 22נאָר יעטװעדער פֿרױ װעט אַנטלײַען פֿון איר שכנטע, און פֿון דער װאָס װױנט מיט איר אין הױז, זילבערנע זאַכן, און גילדערנע זאַכן, און קלײדער; און איר װעט זײ אָנטאָן אױף אײַערע זין און אױף אײַערע טעכטער, און איר װעט אױסלײדיקן מִצרַיִם.
Currently Selected:
שְמוֹת ג: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh