שְמוֹת ב
ב
1און אַ מאַן פֿון דעם הױז פֿון לֵוִי איז געגאַנגען און האָט גענומען אַ טאָכטער פֿון לֵוִי. 2און די פֿרױ איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט אים געזען אַז ער איז שײן, און האָט אים באַהאַלטן דרײַ חדשים. 3און אַז זי האָט אים מער נישט געקענט באַהאַלטן, האָט זי גענומען פֿאַר אים אַ קעסטל {תּבֿה}#ברֵאשִית 6.14 פֿון פּאפּירוס, און האָט עס אױסגעקלעפּט מיט לײם {חֵמָר} און מיט פּעך {זֶפֶת}; און זי האָט אַרײַנגעטאָן דערין דאָס קינד, און האָט עס אַהינגעטאָן אין די געמױזעכץ בײַם ברעג טײַך. 4און זײַן שװעסטער האָט זיך געשטעלט פֿון דער װײַטן, צו װיסן װאָס מיט אים װעט געשען.
5און די טאָכטער פֿון פַּרעהן האָט אַראָפּגענידערט זיך צו באָדן אין טײַך; און אירע מײדלעך זײַנען אומגעגאַנגען בײַן זײַט טײַך. האָט זי דערזען דאָס קעסטל {תּבֿה} צװישן די ריטלעך, און זי האָט געשיקט איר דינסט, און האָט עס געלאָזט נעמען. 6און זי האָט עס געעפֿנט, און האָט עס דערזען – דאָס קינד – ערשט אַ ייִנגל װאָס װײנט. האָט זי זיך דערבאַרימט אױף אים, און האָט געזאָגט: פֿון די קינדער פֿון די עִבֿרים איז דער דאָזיקער. 7האָט זײַן שװעסטער געזאָגט צו פַּרעהס טאָכטער: זאָל איך גײן און דיר רופֿן אַ זײגפֿרױ פֿון די יוּדישע װײַבער, אַז זי זאָל זײגן פֿאַר דיר דאָס קינד? 8האָט פַּרעהס טאָכטער צו איר געזאָגט: גײ. איז די יונגפֿרױ {הָעַלְמָה}#יְשַעְיָה 7.14 געגאַנגען און האָט גערופֿן די מוטער פֿון דעם קינד. 9און פַּרעהס טאָכטער האָט צו איר געזאָגט: נעם אַװעק דאָס דאָזיקע קינד, און זײג עס פֿאַר מיר, און איך װעל דיר געבן דײַן לױן. האָט די פֿרױ גענומען דאָס קינד, און האָט עס געזײגט.
10און אַז דאָס קינד איז גרעסער געװאָרן, האָט זי אים געבראַכט צו פַּרעהס טאָכטער, און ער איז איר געװאָרן פֿאַר אַ זון. און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען מֹשֶה, און האָט געזאָגט: װײַל פֿון װאַסער האָב איך אים אַרױסגעצױגן.
11און עס איז געװען אין יענע טעג, אַז משה איז אױפֿגעװאַקסן, איז ער אַרױסגעגאַנגען צו זײַנע ברידער, און האָט זיך צוגעקוקט צו זײערע לאַסטאַרבעט; און ער האָט געזען אַ מאַן אַ מִצרי שלאָגן אַ מאַן אײן עִבֿרי, פֿון זײַנע ברידער. 12האָט ער זיך אומגעקוקט אַהער און אַהין, און אַז ער האָט געזען אַז קײן מענטש איז נישטאָ, האָט ער דערשלאָגן דעם מִצרי, און האָט אים באַהאַלטן אין זאַמד.
13און ער איז אַרױסגעגאַנגען אױפֿן צװײטן טאָג, ערשט צװײ מענער עִבֿרים ראַנגלען זיך; האָט ער געזאָגט צו דעם אומגערעכטן: פֿאַר װאָס שלאָגסטו דײַן חבֿר? 14האָט יענער געזאָגט: װער האָט דיך געמאַכט פֿאַר אַ מאַן אַ האַר און אַ ריכטער איבער אונדז? צי מײַנסטו מיך צו הרגען, אַזױ װי דו האָסט געהרגעט דעם מִצרי? האָט משה מורא געקראָגן, און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, די זאַך איז דערװוּסט געװאָרן.
15און פַּרעה האָט געהערט פֿון דער דאָזיקער זאַך, און ער האָט געװאָלט הרגען משהן. איז משה אַנטלאָפֿן פֿון פֿאַר פַּרעהן, און ער האָט זיך באַזעצט אין לאַנד מִדיָן; און ער איז געזעסן בײַ אַ ברונעם. 16און דער פּריסטער פֿון מִדיָן האָט געהאַט זיבן טעכטער; זײַנען זײ געקומען, און האָבן אָנגעשעפּט און אָנגעפֿילט די קאָריטעס, כּדי אָנצוטרינקען די שאָף פֿון זײער פֿאָטער. 17אָבער די פּאַסטוכער זײַנען געקומען, און האָבן זײ אַװעקגעטריבן. איז משה אױפֿגעשטאַנען און האָט זײ געהאָלפֿן, און האָט אָנגעטרונקען זײערע שאָף. 18און אַז זײ זײַנען געקומען צו זײער פֿאָטער רְעואֵלן, האָט ער געזאָגט: פֿאַר װאָס זײַט איר הײַנט געקומען אַזױ גיך? 19האָבן זײ געזאָגט: אַ מאַן אַ מִצרי האָט אונדז געהאָלפֿן פֿון דער האַנט פֿון די פּאַסטוכער, און אױך אָנשעפּן האָט ער אָנגעשעפּט פֿאַר אונדז, און האָט אָנגעטרונקען די שאָף. 20האָט ער געזאָגט צו זײַנע טעכטער: און װוּ איז ער? פֿאַר װאָס דען האָט איר דעם מאַן איבערגעלאָזט? רופֿט אים, און זאָל ער עסן ברױט.
21און משה האָט אײַנגעװיליקט צו בלײַבן בײַ דעם מאַן; און ער האָט געגעבן משהן זײַן טאָכטער צִפּוֹרָהן. 22און זי האָט געבאָרן אַ זון, און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען גֵרשוֹם, װײַל ער האָט געזאָגט: איך בין אַ פֿרעמדער {גֵּר} אין אַ פֿרעמדן לאַנד.
23און עס איז געװען אין יענער לאַנגער צײַט, איז געשטאָרבן דער מלך פֿון מִצרַיִם, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געזיפֿצט פֿון דער קנעכטשאַפֿט, און זײ האָבן געשריען, און זײער געשרײ איז אױפֿגעגאַנגען צו האלֹקים פֿון דער קנעכטשאַפֿט. 24און אלֹקים האָט געהערט זײער קרעכצן, און אלֹקים האָט געדאַכט אָן זײַן בְּרִית מיט אבֿרהמען, מיט יִצחָקן, און מיט יעקבֿן. 25און אלֹקים האָט געזען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און אלֹקים האָט געמערקט.
Currently Selected:
שְמוֹת ב: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh