שְמוֹת כט
כט
1און דאָס איז די זאַך װאָס דו זאָלסט טאָן צו זײ, זײ צו הײליקן צו זײַן כֹּהנים צו מיר: נעם אײן יונגן אָקס און צװײ װידערס אָן אַ פֿעלער. 2און אומגעזײַערט ברױט, און אומגעזײַערטע חלות פֿאַרמישט מיט אײל, און אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל; פֿון װײצענעם זעמלמעל זאָלסטו זײ מאַכן. 3און זאָלסט זײ אַרײַנטאָן אין אײן קאָרב, און זײ גענענען אין דעם קאָרב, מיט דעם אָקס און מיט די צװײ װידערס. 4און אַהרֹנען און זײַנע זין זאָלסטו מאַכן גענענען צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זאָלסט זײ װאַשן#29.4 גרײטן זיך די כּהונה מיט דער מיקװה (רש״י) מְלָכִים ב 5.14 מיט װאַסער. 5און זאָלסט נעמען די קלײדער, און אָנקלײדן אַהרֹנען דאָס כֻּתֹּנֶת, און דעם מְעִיל פֿון אֵפֿוֹד, און דעם אֵפֿוֹד, און דעם חושן, און אים אָנגורטן מיט דעם חֵשֶׁב פֿון אֵפֿוֹד. 6און זאָלסט אָנטאָן די מִצְנֶפֶת אױף זײַן קאָפּ, און אַרױפֿטאָן די הײליקע קרױן אױף דער מִצְנֶפֶת. 7און זאָלסט נעמען דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און אַרױפֿגיסן אױף זײַן קאָפּ, און אים זאַלבן. 8און זײַנע זין זאָלסטו מאַכן גענענען, און זײ אָנקלײדן העמדלעך. 9און זאָלסט זײ אָנגורטן אַ אַבְנֵט, אַהרֹנען און זײַנע זין, און זײ אָנבינדן היטלען, און די כּהונה זאָל זײ געהערן פֿאַר אַן אײביקן געזעץ; און זאָלסט דערפֿילן די האַנט פֿון אַהרֹנען, און די האַנט פֿון זײַנע זין.
10און זאָלסט מאַכן גענענען דעם אָקס פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד, און אַהרן און זײַנע זין זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון אָקס. 11און זאָלסט שעכטן דעם אָקס פֿאַר ה׳, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
12און זאָלסט נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון מזבח מיט דײַן פֿינגער, און דאָס גאַנצע בלוט זאָלסטו אױסגיסן בײַם גרונט פֿון מזבח. 13און זאָלסט נעמען דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס באַדעקט די אינגעװײד, און דאָס רױטפֿלײש איבער דעם לעבער, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, און דעמפֿן אױפֿן מזבח. 14און דאָס פֿלײש פֿון אָקס, און זײַן פֿעל, און זײַן מיסט, זאָלסטו פֿאַרברענען אין פֿײַער אױסן לאַגער; אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} איז דאָס.
15און אײן װידער זאָלסטו נעמען, און אַהרן און זײַנע זין זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון װידער. 16און זאָלסט שעכטן דעם װידער, און נעמען זײַן בלוט, און שפּרענגען#יְשַעְיָה 52.15 אױפֿן מזבח רונד אַרום. 17און דעם װידער זאָלסטו צעשנײַדן אױף זײַנע שטיקער, און זאָלסט װאַשן זײַנע אינגעװײד, און זײַנע קני, און זײ אַװעקלײגן צו זײַנע שטיקער, און צו זײַן קאָפּ. 18און זאָלסט דעמפֿן דעם גאַנצן װידער אױפֿן מזבח; אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} איז דאָס צו ה׳; אַ געשמאַקער ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} איז דאָס צו ה׳.
19און זאָלסט נעמען דעם צװײטן װידער, און אַהרן און זײַנע זין זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון װידער. 20און זאָלסט שעכטן דעם װידער, און נעמען פֿון זײַן בלוט, און אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון אַהרֹנען, און אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון זײַנע זין, און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטן פֿוס; און זאָלסט שפּרענגען#יְשַעְיָה 52.15 דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. 21און זאָלסט נעמען פֿון דעם בלוט װאָס אױפֿן מזבח, און פֿון דעם אײל פֿון זאַלבונג, און שפּריצן {נזה}#יְשַעְיָה 52.15 אױף אַהרֹנען, און אױף זײַנע קלײדער, און אױף זײַנע זין, און אױף די קלײדער פֿון זײַנע זין מיט אים; און ער און זײַנע קלײדער װעלן װערן הײליק, און זײַנע זין און די קלײדער פֿון זײַנע זין מיט אים. 22און זאָלסט נעמען פֿון דעם װידער דאָס פֿעטס, און דעם װײדל, און דאָס פֿעטס װאָס באַדעקט די אינגעװײד, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, און דעם רעכטן שענקל – װאָרום אַ װידער פֿון דערפֿילונג איז דאָס – 23און אײן לאַבן ברױט, און אײן חלה ברױט אױף אײל, און אײן קוכן פֿון דעם קאָרב אומגעזײַערטן ברױט װאָס פֿאַר ה׳. 24און זאָלסט אַלצדינג אַרױפֿטאָן אױף די הענט פֿון אַהרֹנען, און אױף די הענט פֿון זײַנע זין; און זאָלסט זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳. 25און זאָלסט עס נעמען פֿון זײער האַנט, און דעמפֿן אױפֿן מזבח, איבער דעם בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח פֿאַר ה׳; אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} איז דאָס צו ה׳. 26און זאָלסט נעמען די ברוסט פֿון דעם װידער פֿון דערפֿילונג װאָס פֿאַר אַהרֹנען, און זי אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳; און עס זאָל זײַן דיר צום חלק. 27און זאָלסט הײליקן די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג, און דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג {תְּרוּמָה}, װאָס איז אױפֿגעהױבן געװאָרן, און װאָס איז אָפּגעשײדט געװאָרן פֿון דעם װידער פֿון דערפֿילונג, פֿון דעם װאָס פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע זין.
28און עס זאָל געהערן צו אַהרֹנען און צו זײַנע קינדער, פֿאַר אַן אײביקן געזעץ, פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; װאָרום אַן אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} איז דאָס, און אַן אָפּשײדונג זאָל עס זײַן, פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון זײערע פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, זײער אָפּשײדונג צו ה׳.
29און די הײליקע קלײדער פֿון אַהרֹנען זאָלן זײַן פֿאַר זײַנע זין נאָך אים, אױף צו זאַלבן אין זײ, און צו דערפֿילן זײער האַנט אין זײ. 30זיבן טעג זאָל זײ אָנטאָן דער פֿון זײַנע זין, װאָס װערט דער כֹּהן אױף זײַן אָרט,#29.30 זען טוֹיט פֿון משיח אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53.8. דער װאָס קומט אין אוֹהל-מוֹעד צו דינען אין הײליקטום.
31און דעם װידער פֿון דערפֿילונג זאָלסטו נעמען, און קאָכן זײַן פֿלײש אין אַ הײליקן אָרט. 32און אַהרן און זײַנע זין זאָלן עסן דאָס פֿלײש פֿון דעם װידער, און דאָס ברױט װאָס אין קאָרב, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 33און דאָס זאָלן עסן מיט װאָס מען האָט מכַפּר געװאָרן דערמיט, כּדי צו דערפֿילן זײער האַנט, זײ צו הײליקן; אָבער אַ פֿרעמדער זאָל דערפֿון נישט עסן, װײַל דאָס איז הײליק. 34און אַז עס װעט איבערבלײַבן פֿון דעם פֿלײש פֿון דערפֿילונג, אָדער פֿון דעם ברױט, ביז אין דער פֿרי, זאָלסטו פֿאַרברענען דאָס געבליבענע אין פֿײַער; עס זאָל נישט געגעסן װערן, װאָרום עס איז הײליק.
35און זאָלסט טאָן צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן; זיבן טעג זאָלסטו דערפֿילן זײער האַנט. 36און אַן אָקס אַ זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} זאָלסטו מאַכן איטלעכן טאָג פֿאַר כִּפֻּרִים, און רײניקן דעם מזבח מיט דײַן מכַפּר זײַן אױף אים; און זאָלסט אים זאַלבן, אים צו הײליקן. 37זיבן טעג זאָלסטו מכַפּר זײַן אױפֿן מזבח, און אים הײליקן; און דער מזבח זאָל זײַן אַ הײליקסטע הײליקײט; אַלץ װאָס רירט זיך אָן אָן מזבח זאָל װערן הײליק.
38און דאָס איז װאָס דו זאָלסט מאַכן אױפֿן מזבח: יאָריקע שעפּסן צװײ אַ טאָג, תּמיד. 39אײן שעפּס זאָלסטו מאַכן אין דער פֿרי, און דעם צװײטן שעפּס זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט. 40און אַ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט געשלאָגענע אײל אַ פֿערטל הין, און אַ גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ} פֿון אַ פֿערטל הין װײַן צו דעם אײן שעפּס. 41און דעם צװײטן שעפּס זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט; אַזױ װי דאָס שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} פֿון אין דער פֿרי, און אַזױ װי זײַן גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ}, זאָלסטו מאַכן צו אים, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} צו ה׳. 42אַ שטענדיק בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, פֿאַר ה׳, װאָס דאָרטן װעל איך זיך אַנטפּלעקן צו אײַך, דאָרטן צו רעדן צו דיר. 43און איך װעל זיך דאָרטן אַנטפּלעקן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און עס װעט געהײליקט װערן מיט מײַן פּראַכט.
44און איך װעל הײליקן דעם אוֹהל-מוֹעד, און דעם מזבח; און אַהרֹנען און זײַנע זין װעל איך הײליקן צו זײַן כֹּהנים צו מיר. 45און איך װעל רוען צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און װעל זײ זײַן צום אלֹקים. 46און זײ װעלן װיסן, אַז איך בין ה׳ זײער ג-ט, װאָס האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, כּדי איך זאָל רוען צװישן זײ. איך בין ה׳ זײער ג-ט.
Currently Selected:
שְמוֹת כט: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: