YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת ל

ל
1און זאָלסט מאַכן אַ מזבח פֿאַר רײכערונג פֿון װײַרעך; פֿון שִטים-האָלץ זאָלסטו אים מאַכן. 2אַן אײל זײַן לענג, און אַן אײל זײַן ברײט; פֿירעקעכדיק זאָל ער זײַן, און צװײ אײלן זײַן הײך; פֿון אים גופֿא זאָלן זײַן זײַנע הערנער. 3און זאָלסט אים איבערציען מיט רײנעם גאָלד, זײַן אײבערדעק, און זײַנע װענט רונד אַרום,און זײַנע הערנער; און זאָלסט מאַכן צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. 4און צװײ גילדערנע רינגען זאָלסטו מאַכן צו אים אונטער זײַן קראַנץ; אױף זײַנע צװײ פֿלאַנקען זאָלסטו זײ מאַכן – אױף זײַנע צװײ זײַטן, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אױערן פֿאַר די שטאַנגען, אים צו טראָגן אױף זײ. 5און זאָלסט מאַכן די שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט גאָלד. 6און זאָלסט אים אַװעקשטעלן פֿאַר דעם פָּרוֹכֶת װאָס פֿאַר דעם אָרון פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},#30‏.6 שְמוֹת 20‏.1‏-2‏; שְמוֹת 5‏.2; שְמוֹת 20‏.3‏-6; דְבָֿרִים 17‏.2‏-7; שְמוֹת 20‏.7‏; וַיִּקְרָא 24‏.15‏-16; שְמוֹת 20‏.8‏-11‏; במִדְבר 15‏.32‏-35; שְמוֹת 20‏.12‏; וַיִּקְרָא 20‏.9; שְמוֹת 20‏.13‏; במִדְבר 35‏.30; שְמוֹת 20‏.14‏; וַיִּקְרָא 20‏.10; שְמוֹת 20‏.15‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; שְמוֹת 20‏.16‏; במִדְבר 16‏.1‏-35; שְמוֹת 20‏.17‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; יְשַעְיָה 53‏.11 די בשורת הגאולה איז נישט פֿארשטאַנען. אנשי אַמת טאָן פֿארשטאײן. די עשרת הדברים איז דײַן אַרעסט־באַפֿעל און דער משפּט מות װעט זײַן דײַן פּסק־דין. װאָרום אַלע, װאָס זענען פארלאזן זיך אױף די מעשׂים פֿון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אױף די װערט פֿון תרי״ג זכות), זענען אונטער אַ קללה; װײַל עס שטײט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער פֿאַרבלײַבט נישט אין אַלעם, װאָס עס שטײט געשריבן אין דער סֵפֿר תורה, עס צו טאָן. (דְבָֿרִים 27‏.26) ‏ משיח האָט אונדז אױסגעלײזט פֿון דער קללה פֿון דער תורה, װערנדיק אַ קללה פֿאַר אונדזערטװעגן; װײַל עס שטײט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער הענגט אױף אַ בױם; (דְבָֿרִים 21‏.23) נאָר אַז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ װערט קײנער נישט גערעכטפערטיקט פֿאַר ה׳ איז באַשײַמפּערלעך קלאר; װײַל; װעט מײַן גערעכטער קנעכט פֿיל גערעכט מאַכן יְשַעְיָה 53‏.11, דער צדיק װעט דורך אמוּנה לעבן; (חֲבַֿקוּק 2‏.4) ‏ זאָלט איר אָפּטאָן דעם אַלטן מענטשן, װעלכער גײט צו גרונט פֿון די פארפירערישע תּאװת, ‏ און באַנײַט װערן אינם גײַסט פֿון אײַער פֿאַרשטאַנד. און זאָלט זיך אָנקלײדן דעם נײַעם מענטשן (תְּהִלִּים 51‏.12), װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן לויט (דעם דמות) אלֹקים אין צדקות און קדושה אין משיח פֿאַר דעם דעק {כַּפֹּרֶת} װאָס איבער דעם עֵדוּת, װאָס דאָרטן װעל איך זיך אַנטפּלעקן צו דיר. 7און אַהרן זאָל רײכערן אױף אים װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, װען ער מאַכט צורעכט די רערלעך, זאָל ער עס רײכערן. 8און װען אַהרן צינדט אָן די רערלעך קעגן אָװנט, זאָל ער עס רײכערן; אַ שטענדיקן װײַרעך פֿאַר ה׳ אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות. 9איר זאָלט נישט אױפֿברענגען אױף אים פֿרעמדן װײַרעך, אָדער אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}; און אַ גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ} זאָלט איר נישט גיסן אױף אים. 10און אַהרן זאָל מכַפּר זײַן אױף זײַנע הערנער אײן מאָל אין יאָר; מיט דעם בלוט פֿון דעם זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} פֿון כִּפֻּרִים זאָל ער אײן מאָל אין יאָר מכַפּר זײַן אױף אים, אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות; אַ הײליקסטע הײליקײט איז ער צו ה׳.
כִּי תִשָׂא
11און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 12אַז דו װעסט אױפֿנעמען דעם מספּר פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל לױט זײער צײלונג, זאָלן זײ געבן איטלעכער#30‏.12 יעדער מענטש איז זונדיק, פֿון חטא קדמון. עס איז אַצונד צװישן מענטש און מענטשס באַשעפֿער אַ גרױסער תּהום אהן קײן בריק. עס איז זינד פֿון מענטשס טֶבֿע. דאָס הײסט חטא קדמון פאל, אין מענטש. און אַזעלכע אונטערטעניקט זיך נישט צו ה׳ס תורה און עס קען אױך טאקע נישט; ‏און די, װאָס זענען אָן די נײַ גײַסט און גאולה, קענען נישט געפֿעלן ה׳. אַן אױסלײז פֿאַר זײַן נפֿש צו ה׳, װען מע צײלט זײ, כּדי עס זאָל נישט זײַן צװישן זײ אַ מגפֿה, װען מע צײלט זײ.
13דאָס זאָלן זײ געבן, איטלעכער װאָס גײט אַרײַן אין דער צײלונג: אַ האַלבן שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל – צװאַנציק גֵרָה אַ שֶקל – אַ האַלבן שֶקל אַן אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} צו ה׳. 14איטלעכער װאָס גײט אַרײַן אין דער צײלונג, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, זאָל געבן די אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} פֿון ה׳. 15דער רײכער זאָל נישט מערן, און דער אָרימער זאָל נישט מינערן פֿון אַ האַלבן שֶקל, בײַם געבן די אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} פֿון ה׳, כּדי מכַפּר צו זײַן אױף אײַערע נפֿשות. 16און זאָלסט נעמען דאָס געלט פֿון כִּפֻּרִים, פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט עס געבן פֿאַר דער אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד, און עס זאָל זײַן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר אַ דערמאָנונג פֿאַר ה׳, מכַפּר צו זײַן אױף אײַערע נפֿשות.
17און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 18זאָלסט אױך מאַכן אַ האַנטפֿאַס פֿון קופּער, מיט זײַן געשטעל פֿון קופּער, זיך צו װאַשן; און זאָלסט אים אַװעקשטעלן צװישן אוֹהל-מוֹעד און צװישן מזבח, און אַרײַנטאָן אַהין װאַסער. 19און אַהרן און זײַנע זין זאָלן װאַשן פֿון אים זײערע הענט און זײערע פֿיס. 20װען זײ קומען אין אוֹהל-מוֹעד, זאָלן זײ זיך װאַשן מיט װאַסער,#30‏.20 גרײטן זיך מיט דער מיקװה אַזױ כֹּהנים (רש״י) מְלָכִים ב 5‏.14 כּדי זײ זאָלן נישט שטאַרבן; אָדער װען זײ גענענען צום מזבח צו דינען, צו דעמפֿן אַ פֿײַעראָפּפֿער {אִשֶּׁה} צו ה׳. 21און זײ זאָלן װאַשן זײערע הענט און זײערע פֿיס, כּדי זײ זאָלן נישט שטאַרבן; און עס זאָל זײ זײַן אַן אײביק געזעץ, אים און זײַן זאָמען אױף דוֹר-דוֹרות.
22און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 23דו נעם דיר אױך הױפּטגעװירצן, פֿליסיקע מירע פֿינף הונדערט [שֶקל], און געװירציקן צימערינג אַ העלפֿט דערפֿון, צװײ הונדערט און פֿופֿציק, און געװירצראָר צװײ הונדערט און פֿופֿציק, 24און קאַנײל פֿינף הונדערט, אױפֿן הײליקן שֶקל, און בױמל אַ הין. 25און זאָלסט מאַכן דערפֿון אַן אײל פֿון הײליקער זאַלבונג, אַ בשׂמים צובאַרײט אַזױ װי דער בשׂמים-מישער מאַכט; אַן אײל פֿון הײליקער זאַלבונג זאָל עס זײַן. 26און זאָלסט זאַלבן דערמיט דעם אוֹהל-מוֹעד, און דעם אָרון פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}, 27און דעם שֻׁלְחָן און אַלע זײַנע כּלים, און די מנוֹרה און אירע כּלים, און דעם מזבח פֿאַר װײַרעך, 28און דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און אַלע זײַנע כּלים, און דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל. 29און זאָלסט זײ הײליקן, זײ זאָלן זײַן אַ הײליקסטע הײליקײט; אַלץ װאָס רירט זיך אָן זײ אָן זאָל װערן הײליק. 30און אַהרֹנען און זײַנע זין זאָלסטו זאַלבן און זײ הײליקן צו זײַן כֹּהנים צו מיר. 31און צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלסטו רעדן, אַזױ צו זאָגן: אַן אײל פֿון הײליקער זאַלבונג זאָל דאָס זײַן צו מיר אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות. 32אױף אַ מענטשנס לײַב זאָל עס נישט געגאָסן װערן, און איר זאָלט נישט מאַכן אַזױנס, לױט דער צונױפֿמישונג דערפֿון; הײליק איז דאָס, הײליק זאָל עס אײַך זײַן. 33איטלעכער װאָס װעט צוברײטן אַזױנס, אָדער װאָס װעט אַרױפֿטאָן דערפֿון אױף אַ פֿרעמדן, װעט פֿאַרשניטן {כרת}#30‏.33 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 װערן פֿון זײַן פֿאָלק.
34און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: נעם דיר שמעקעדיקע געװירצן, טריפֿגעװירץ, און רײכערנעגל, און גאַלאַבאַן; שמעקעדיקע געװירצן, און לױטערן װײַרעך; גלײַך אױף גלײַך זאָלן זײ זײַן. 35און זאָלסט מאַכן דערפֿון אַ רײכערװאַרג, אַ בשׂמים אַזױ װי דער בשׂמים-מישער מאַכט, צוגעריכט מיט זאַלץ, רײן, הײליק. 36און זאָלסט דערפֿון דין צערײַבן, און אַרױפֿטאָן דערפֿון פֿאַר דעם צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה} אין אוֹהל-מוֹעד, װאָס דאָרטן װעל איך זיך אַנטפּלעקן צו דיר; אַ הײליקסטע הײליקײט זאָל עס אײַך זײַן. 37און דאָס רײכערװאַרג װאָס דו װעסט מאַכן – לױט זײַן צונױפֿמישונג זאָלט איר פֿאַר זיך נישט מאַכן; הײליק צו ה׳ זאָל עס דיר זײַן. 38איטלעכער װאָס װעט מאַכן אַזױנס, צו שמעקן דערפֿון, װעט פֿאַרשניטן {כרת}#30‏.38 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 װערן פֿון זײַן פֿאָלק.

Currently Selected:

שְמוֹת ל: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in