שְמוֹת כח
כח
1און דו מאַך גענענען צו דיר דײַן ברודער אַהרֹנען, און זײַנע זין מיט אים, פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי זײ זאָלן זײַן כֹּהנים צו מיר; אַהרן, נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און איתָמָר, אַהרנס זין.#28.1 זען אױך דעם רוף פֿון משיח בן דָוִדיְשַעְיָה 9.5; 49.1 2און זאָלסט מאַכן דײַן ברודער אַהרֹנען הײליקע קלײדער פֿאַר אַ כּבֿוד און פֿאַר אַ שײנקײט. 3און דו זאָלסט רעדן צו אַלע קלוגהאַרציקע, װאָס איך האָב זײ אָנגעפֿילט מיט אַ רוּחַ פֿון חכמה, זײ זאָלן מאַכן די קלײדער פֿאַר אַהרֹנען, כּדי אים צו הײליקן אַז ער זאָל זײַן אַ כֹּהן צו מיר.
4און דאָס זײַנען די קלײדער, װאָס זײ זאָלן מאַכן: אַ חוֹשֶן, און אַן אֵפֿוֹד, און אַ מְעִיל, און אַ געקעסטלט כֻּתֹּנֶת, אַ מִצְנֶפֶת,#28.4 פֿון מִצְנֶפֶת קומט יאַרמלקע, סימן פֿון אונטערגעבן. און דאָס מִצְנֶפֶת, װאָס איז געװען אױף משיחס קאפ, איז נישט געלעגן צוזאמען מיט די תכריכים, נאָר באַזונדער צונויפֿגעװיקלט אױף אײן אָרט. און דעמאָלט איז אױך דער אַנדערער תלמיד ארײַנגעגאנגען רבי מלך המשיחס קבֿר, ער, װאָס איז געקומען דער ערשטער צום קבֿר, און האָט געזען און געגלױבט. און אַ אַבְנֵט; און זײ זאָלן מאַכן הײליקע קלײדער פֿאַר דײַן ברודער אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע זין, כּדי זײ זאָלן זײַן כֹּהנים צו מיר. 5און זײ זאָלן נעמען דאָס גאָלד, און די בלאָע װאָל, און דעם פּורפּל, און דאָס װערמילרױט, און דעם לײַנען.
6און זײ זאָלן מאַכן דעם אֵפֿוֹד פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, קונציק אױסגעאַרבעט. 7צװײ אַקסלבענדער זאָל ער האָבן, באַהעפֿט צו זײַנע צװײ עקן, כּדי ער זאָל זײַן באַהעפֿט. 8און דער גאַרטלבאַנד װאָס אױף אים, זאָל זײַן אַזױ װי זײַן אַרבעט, פֿון אים גופֿא; פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען. 9און זאָלסט נעמען צװײ אָניקלשטײנער, און אױסקריצן אױף זײ די נעמען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; 10זעקס פֿון זײערע נעמען אױף אײן שטײן, און די איבעריקע זעקס נעמען אױפֿן צװײטן שטײן, לױט זײערע געבורטן.
11װי אַרבעט פֿון אַ שטײנשנײַדער, װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל, זאָלסטו אױסקריצן די צװײ שטײנער לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; אײַנגעראַמט אין אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד זאָלסטו זײ מאַכן. 12און זאָלסט אַרױפֿטאָן די צװײ שטײנער אױף די אַקסלבענדער פֿון איפֿוֹד – שטײנער פֿון דערמאָנונג פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; און אַהרן זאָל טראָגן זײערע נעמען פֿאַר ה׳ אױף זײַנע צװײ אַקסלען פֿאַר אַ דערמאָנונג.
13און זאָלסט מאַכן אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד; 14און צװײ קײטן פֿון רײנעם גאָלד; געדרײט זאָלסטו זײ מאַכן, פֿלעכטאַרבעט; און זאָלסט אַרױפֿטאָן די געפֿלאָכטענע קײטן אױף די אײַנפֿאַסונגען.
15און זאָלסט מאַכן אַ חוֹשֶן פֿון באַשײד, קונציק אױסגעאַרבעט; אַזױ װי די אַרבעט פֿון אֵפֿוֹד זאָלסטו אים מאַכן: פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, זאָלסטו אים מאַכן. 16פֿירעקעכדיק זאָל ער זײַן, געטאָפּלט, אַ שפּאַן זײַן לענג, און אַ שפּאַן זײַן ברײט. 17און זאָלסט אַרײַנזעצן אין אים אַן אײַנזעצונג פֿון שטײנער, פֿיר צײלן שטײנער. אַ צײל פֿון רובין, טאָפּאַז, און שמאָראַק, אײן צײל; 18און די צװײטע צײל: גאַרפֿונקל, סאַפּירשטײן, און דימענט; 19און די דריטע צײל: יאַכצום, אַגאַט, און אַמעטיסט; 20און די פֿירטע צײל: גאָלדשטײן, און אָניקל, און יאַשפּיז; אײַנגעזעצט אין גאָלד זאָלן זײ זײַן אין זײערע אײַנפֿאַסונגען.
21און די שטײנער זאָלן זײַן לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צװעלף, לױט זײערע נעמען; װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל, איטלעכער לױט זײַן נאָמען זאָלן זײ זײַן, אַקעגן די צװעלף שבֿטים.
22און זאָלסט מאַכן אױפֿן חושן געדרײטע קײטן, פֿלעכטאַרבעט, פֿון רײנעם גאָלד. 23און זאָלסט מאַכן צום חוֹשֶן צװײ גילדערנע רינגען, און אַרױפֿטאָן די צװײ רינגען אױף די צװײ עקן פֿון חוֹשֶן. 24און זאָלסט אַרײַנטאָן די צװײ גילדערנע פֿלעכטן אין די צװײ רינגען בײַ די עקן פֿון חוֹשֶן. 25און די צװײ עקן פֿון די צװײ פֿלעכטן זאָלסטו אַרױפֿטאָן אױף די צװײ אײַנפֿאַסונגען, און אַרױפֿטאָן אױף די אַקסלבענדער פֿון איפֿוֹד, אױף זײַן פֿאָדערזײַט. 26און זאָלסט מאַכן צװײ גילדערנע רינגען, און זײ אַרױפֿזעצן אױף די צװײ עקן פֿון חוֹשֶן בײַ זײַן זױם װאָס צו דער זײַט פֿון אֵפֿוֹד, אינעװײניק צו. 27און זאָלסט מאַכן צװײ גילדערנע רינגען, און זײ אַרױפֿטאָן אױף די צװײ אַקסלבענדער פֿון איפֿוֹד, פֿון אונטן, אױף זײַן פֿאָדערזײַט, לעבן זײַן באַהעפֿטונג, איבער דעם חֵשֶׁב פֿון אֵפֿוֹד. 28און מע זאָל צושנירן דעם חוֹשֶן דורך זײַנע רינגען צו די רינגען פֿון אֵפֿוֹד מיט אַ שנור פֿון בלאָער װאָל, כּדי ער זאָל זײַן אױף דעם חֵשֶׁב פֿון אֵפֿוֹד, און דער חוֹשֶן זאָל זיך נישט אַראָפּרוקן פֿון אֵפֿוֹד. 29און אַהרן זאָל טראָגן די נעמען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין דעם חושן פֿון באַשײד אױף זײַן האַרצן, װען ער קומט אין הײליקטום, פֿאַר אַ דערמאָנונג פֿאַר ה׳ תּמיד. 30און זאָלסט אַרײַנטאָן אין דעם חוֹשֶן פֿון באַשײד די אורים-ותּומים, און זײ זאָלן זײַן בײַ אַהרֹנען אױפֿן האַרצן, װען ער קומט פֿאַר ה׳; און אַהרן זאָל טראָגן דעם באַשײד פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אױף זײַן האַרצן פֿאַר ה׳ תּמיד.
31און זאָלסט מאַכן דעם מְעִיל פֿון אֵפֿוֹד פֿון לױטער בלאָער װאָל.
32און זײַן עפֿענונג פֿאַרן קאָפּ זאָל זײַן אין זײַן מיטן; אַ זױם זאָל זײַן בײַ זײַן עפֿענונג רונד אַרום, װעבאַרבעט; אַזױ װי די עפֿענונג פֿון אַ פּאַנצערהעמד זאָל זײַן בײַ אים, ער זאָל זיך נישט צערײַסן. 33און זאָלסט מאַכן אױף זײַנע ברעגן מילגרױמען פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, אױף זײַנע ברעגן רונד אַרום, און גילדערנע גלעקלעך צװישן זײ רונד אַרום; 34אַ גילדערן גלעקל און אַ מילגרױם, אַ גילערן גלעקל און אַ מילגרױם, אױף די ברעגן פֿון דעם מְעִיל רונד אַרום. 35און עס זאָל זײַן אױף אַהרֹנען בײַם דינען, און דער קֹול דערפֿון זאָל זיך הערן װען ער קומט אַרײַן אין הײליקטום פֿאַר ה׳, און װען ער גײט אַרױס, כּדי ער זאָל נישט שטאַרבן.
36און זאָלסט מאַכן אַ שטערנבלעך פֿון רײנעם גאָלד, און אױסקריצן אױף אים װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל הײליק צו ה׳. 37און זאָלסט עס אַרױפֿטאָן אױף אַ שנור פֿון בלאָער װאָל, און עס זאָל זײַן אױף דער מִצְנֶפֶת; אױף דער פֿאָדערזײַט פֿון דער מִצְנֶפֶת זאָל עס זײַן. 38און עס זאָל זײַן אױף אַהרנס שטערן, און אַהרן זאָל נעמען אױף זיך די זינד אַקעגן די הײליקע זאַכן, װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל הײליקן, בײַ אַלע זײערע הײליקע גאָבן; און עס זאָל זײַן אױף זײַן שטערן תּמיד, כּדי זײ זאָלן באַװיליקט {רָצֹון} װערן פֿאַר ה׳.
39און זאָלסט מאַכן דאָס כֻּתֹּנֶת געקעסטלט, פֿון לײַנען; און זאָלסט מאַכן אַ מִצְנֶפֶת פֿון לײַנען; און אַ אַבְנֵט זאָלסטו מאַכן, געשטיקטע אַרבעט. 40און אַהרנס זין זאָלסטו מאַכן העמדלעך; און זאָלסט זײ מאַכן גאַרטלען; און היטלען זאָלסטו זײ מאַכן פֿאַר אַ כּבֿוד און פֿאַר אַ שײנקײט. 41און זאָלסט זײ אָנטאָן דײַן ברודער אַהרֹנען און זײַנע זין מיט אים; און זאָלסט זײ זאַלבן, און דערפֿילן זײער האַנט, און זײ הײליקן, אַז זײ זאָלן זײַן כֹּהנים צו מיר. 42און מאַך זײ לײַנענע הױזן צו פֿאַרדעקן דאָס שאַנדפֿלײש; פֿון די לענדן און ביז די דיכן זאָלן זײ זײַן. 43און זײ זאָלן זײַן אױף אַהרֹנען און זײַנע זין, װען זײ קומען אין אוֹהל-מוֹעד, אָדער װען זײ גענענען צום מזבח, צו דינען אין הײליקטום; כּדי זײ זאָלן נישט טראָגן אַ זינד און שטאַרבן; אַן אײביק געזעץ פֿאַר אים און פֿאַר זײַן זאָמען נאָך אים.
Currently Selected:
שְמוֹת כח: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: