שְמוֹת כז
כז
1און זאָלסט מאַכן דעם מזבח פֿון שִטים-האָלץ, פֿינף אײלן די לענג, און פֿינף אײלן די ברײט; פֿירעקעכדיק זאָל דער מזבח זײַן, און דרײַ אײלן זײַן הײך. 2און זאָלסט מאַכן זײַנע הערנער אױף זײַנע פֿיר װינקלען; פֿון אים גופֿא זאָלן זײַן זײַנע הערנער; און זאָלסט אים איבערציען מיט קופּער. 3און זאָלסט מאַכן זײַנע טעףּ אױף אַװעקנעמען זײַנע אַש, און זײַנע שופֿלען, און זײַנע שפּרענגבעקנס, און זײַנע גאָפּלען און זײַנע פֿײַערפֿאַנען; אַלע זײַנע כּלים זאָלסטו מאַכן פֿון קופּער. 4און זאָלסט מאַכן צו אים אַ קופּערנע זיףּ פֿון נעצאַרבעט, און זאָלסט מאַכן אױף דער נעץ פֿיר קופּערנע רינגען אױף זײַנע פֿיר עקן. 5און זאָלסט זי אַרױפֿטאָן אונטער דעם געזימס פֿון מזבח, פֿון אונטן, און די נעץ זאָל זײַן ביז דער העלפֿט פֿון מזבח. 6און זאָלסט מאַכן שטאַנגען צום מזבח, שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט קופּער. 7און זײַנע שטאַנגען זאָלן אַרײַנגעצױגן װערן אין די רינגען, און די שטאַנגען זאָלן זײַן אױף בײדע זײַטן פֿון מזבח װען מע טראָגט אים.
8הױל אינעװײניק, פֿון ברעטער, זאָלסטו אים מאַכן; אַזױ װי מע האָט דיר געװיזן אױפֿן באַרג, אַזױ זאָל מען מאַכן.
9און זאָלסט מאַכן דעם הױף פֿון מישכּן: פֿאַר דער דָרום-זײַט צו דָרום, אַרומהאַנגען פֿאַרן הױף פֿון געדרײַטן לײַנען, הונדערט אײלן די לענג פֿאַר דער אײן זײַט. 10און די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער. 11און דעס גלײַכן פֿאַר דער צפֿון-זײַט, פֿאַר לענג: אַרומהאַנגען הונדערט אײלן די לענג, און די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער. 12און פֿאַר ברײט פֿון הױף אין מערבֿ-זײַט, אַרומהאַנגען פֿון פֿופֿציק אײלן: די זײַלן דערצו צען, און זײערע שװעלן צען. 13און די ברײט פֿון הױף אין מזרח-זײַט צו זונאױפֿגאַנג פֿופֿציק אײלן. 14און פֿופֿצן אײלן אַרומהאַנגען פֿאַר אײן זײַט; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ. 15און פֿאַר דער צװײטער זײַט פֿופֿצן אײלן אַרומהאַנגען; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ. 16און פֿאַרן טױער פֿון הױף אַ פֿאָרהאַנג פֿון צװאַנציק אײלן, פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, געשטיקטע אַרבעט; די זײַלן דערצו פֿיר, און זײערע שװעלן פֿיר. 17אַלע זײַלן פֿון הױף רונד אַרום, אַרומגערײפֿט מיט זילבער; זײערע העקלעך פֿון זילבער, און זײערע שװעלן פֿון קופּער. 18די לענג פֿון הױף הונדערט אײלן, און די ברײט פֿופֿציק אַקעגן פֿופֿציק, און די הײך פֿינף אײלן, פֿון געדרײַטן לײַנען; און די שװעלן דערצו פֿון קופּער. 19אַלע געצײַג פֿון מישכּן פֿאַר זײַן גאַנצער אַרבעט, און אַלע זײַנע פֿלעקלעך, און אַלע פֿלעקלעך פֿון הױף, פֿון קופּער.
תְּצַוֶה
20און דו זאָלסט באַפֿעלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זאָלן דיר ברענגען רײנע געשלאָגענע בױמל פֿאַר דער לײַכטונג, אױף אָנצינדן אַ ליכט {נֵר} תּמיד. 21אין אוֹהל-מוֹעד, דרױסן פֿון פָּרוֹכֶת װאָס פֿאַרן צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},#27.21 שְמוֹת 20.1-2; שְמוֹת 5.2; שְמוֹת 20.3-6; דְבָֿרִים 17.2-7; שְמוֹת 20.7; וַיִּקְרָא 24.15-16; שְמוֹת 20.8-11; במִדְבר 15.32-35; שְמוֹת 20.12; וַיִּקְרָא 20.9; שְמוֹת 20.13; במִדְבר 35.30; שְמוֹת 20.14; וַיִּקְרָא 20.10; שְמוֹת 20.15; יְהוֹשועַ 7.21; שְמוֹת 20.16; במִדְבר 16.1-35; שְמוֹת 20.17; יְהוֹשועַ 7.21; יְשַעְיָה 53.11 די בשורת הגאולה איז נישט פֿארשטאַנען. אנשי אַמת טאָן פֿארשטאײן. די עשרת הדברים איז דײַן אַרעסט־באַפֿעל און דער משפּט מות װעט זײַן דײַן פּסק־דין. װאָרום אַלע, װאָס זענען פארלאזן זיך אױף די מעשׂים פֿון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אױף די װערט פֿון תרי״ג זכות), זענען אונטער אַ קללה; װײַל עס שטײט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער פֿאַרבלײַבט נישט אין אַלעם, װאָס עס שטײט געשריבן אין דער סֵפֿר תורה, עס צו טאָן. (דְבָֿרִים 27.26) משיח האָט אונדז אױסגעלײזט פֿון דער קללה פֿון דער תורה, װערנדיק אַ קללה פֿאַר אונדזערטװעגן; װײַל עס שטײט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער הענגט אױף אַ בױם; (דְבָֿרִים 21.23) נאָר אַז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ װערט קײנער נישט גערעכטפערטיקט פֿאַר ה׳ איז באַשײַמפּערלעך קלאר; װײַל; װעט מײַן גערעכטער קנעכט פֿיל גערעכט מאַכן יְשַעְיָה 53.11, דער צדיק װעט דורך אמוּנה לעבן; (חֲבַֿקוּק 2.4) זאָלט איר אָפּטאָן דעם אַלטן מענטשן, װעלכער גײט צו גרונט פֿון די פארפירערישע תּאװת, און באַנײַט װערן אינם גײַסט פֿון אײַער פֿאַרשטאַנד. און זאָלט זיך אָנקלײדן דעם נײַעם מענטשן (תְּהִלִּים 51.12), װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן לויט (דעם דמות) אלֹקים אין צדקות און קדושה אין משיח זאָל עס אַהרן און זײַנע קינדער צוריכטן אױף פֿון אָװנט ביז אין דער פֿרי, פֿאַר ה׳; אַן אײביק געזעץ אױף זײערע דוֹר-דוֹרות פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
Currently Selected:
שְמוֹת כז: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: