YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת כו

כו
1און דעם מישכּן זאָלסטו מאַכן פֿון צען פֿאָרהאַנגען; פֿון געדרײַטן לײַנען, און בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, מיט כּרובֿים קונציק אױסגעאַרבעט זאָלסטו זײ מאַכן.
2די לענג פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג אַכט און צװאַנציק אײלן, און די ברײט פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג פֿיר אײלן; אײן מאָס פֿאַר אַלע פֿאָרהאַנגען. 3פֿינף פֿאָרהאַנגען זאָלן זײַן באַהעפֿט אײנער אָן אַנדערן, און װידער פֿינף פֿאָרהאַנגען באַהעפֿט אײנער אָן אַנדערן. 4און זאָלסט מאַכן שלײפֿן פֿון בלאָער װאָל אױף דעם זױם פֿון אײן פֿאָרהאַנג בײַם עק פֿון אײן באַהעפֿטונג, און אַזױ זאָלסטו מאַכן אױף דעם זױם פֿון דעם עקסטן פֿאָרהאַנג אין דער צװײטער באַהעפֿטונג.
5פֿופֿציק שלײפֿן זאָלסטו מאַכן אױף דעם אײן פֿאָרהאַנג, און פֿופֿציק שלײפֿן זאָלסטו מאַכן אױף דעם ברעג פֿון דעם פֿאָרהאַנג װאָס אין דער צװײטער באַהעפֿטונג; אײנער קעגן אַנדערן זאָלן די שלײפֿן זײַן. 6און זאָלסט מאַכן פֿופֿציק גילדערנע האָקן, און באַהעפֿטן די פֿאָרהאַנגען אײנעם צום אַנדערן מיט די האָקן, אַז דער מישכּן זאָל זײַן אײנס {אֶחָד}.#26‏.6 זען הערה דְבָֿרִים 6‏.4 7און זאָלסט מאַכן פֿאָרהאַנגען פֿון ציגנהאָר פֿאַר אַ געצעלט {אֹהֶל} איבערן מישכּן; עלף פֿאָרהאַנגען זאָלסטו זײ מאַכן. 8די לענג פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג דרײַסיק אײלן, און די ברײט פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג פֿיר אײלן; אײן מאָס פֿאַר די עלף פֿאָרהאַנגען.
9און זאָלסט באַהעפֿטן פֿינף פֿאָרהאַנגען באַזונדער, און זעקס פֿאָרהאַנגען באַזונדער; און דעם זעקסטן פֿאָרהאַנג זאָלסטו צונױפֿטאָפּלען אױף דער פֿאָדערזײַט פֿון געצעלט {אֹהֶל}. 10און זאָלסט מאַכן פֿופֿציק שלײפֿן אױף דעם זױם פֿון אײן פֿאָרהאַנג, דעם עקסטן אין דער באַהעפֿטונג, און פֿופֿציק שלײפֿן אױף דעם זױם פֿון דעם פֿאָרהאַנג אין דער צװײטער באַהעפֿטונג. 11און זאָלסט מאַכן פֿופֿציק קופּערנע האָקן, און אַרײַנטאָן די האָקן אין די שלײפֿן, און באַהעפֿטן דאָס געצעלט {אֹהֶל}, אַז עס זאָל זײַן אײנס {אֶחָד}.#26‏.11 זען הערה דְבָֿרִים 6‏.4 12און דער אַריבערהאַנג װאָס בלײַבט פֿון די פֿאָרהאַנגען פֿון געצעלט {אֹהֶל}, דער איבעריקער האַלבער פֿאָרהאַנג, זאָל אַראָפּהענגען אױף דער הינטערשטער זײַט פֿון מישכּן. 13און די אײל פֿון דער זײַט, און די אײל פֿון דער אַנדער זײַט, װאָס בלײַבט איבער פֿון דער לענג פֿון די פֿאָרהאַנגען פֿון געצעלט {אֹהֶל}, זאָל אַראָפּהענגען אױף די זײַטן פֿון מישכּן, פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט, אים צו פֿאַרדעקן.
14און זאָלסט מאַכן אַ צודעק פֿאַר דעם געצעלט {אֹהֶל} פֿון רױט-געפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און אַ צודעק פֿון תַּחַש-פֿעלן פֿון אױבן.
15און זאָלסט מאַכן די ברעטער צום מישכּן פֿון שִטים-האָלץ, שטײענדיק. 16צען אײלן די לענג פֿון אַ ברעט, און אַן אײל און אַ האַלבע אײל די ברײט פֿון איטלעכן ברעט. 17צװײ צאַפּנס צו איטלעכן ברעט, אײנער קעגן אַנדערן אַזױ װי שטאַפּלען; אַזױ זאָלסטו מאַכן צו אַלע ברעטער פֿון מישכּן. 18און זאָלסט מאַכן די ברעטער צום מישכּן, צװאַנציק ברעטער פֿאַר דער דָרום-זײַט צו דָרום. 19און פֿערציק זילבערנע שװעלן זאָלסטו מאַכן אונטער די צװאַנציק ברעטער; צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט פֿאַר זײַנע צװײ צאַפּנס, צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט פֿאַר זײַנע צװײ צאַפּנס. 20און פֿאַר דער צװײטער זײַט פֿון מישכּן, פֿאַר דער צפֿון-זײַט, צװאַנציק ברעטער, 21מיט פֿערציק זילבערנע שװעלן צו זײ: צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט, צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט. 22און פֿאַר דער הינטערשטער זײַט פֿון מישכּן צו מערבֿ, זאָלסטו מאַכן זעקס ברעטער. 23און צװײ ברעטער זאָלסטו מאַכן פֿאַר די װינקלען פֿון מישכּן, אױף דער הינטערשטער זײַט. 24און זײ זאָלן זײַן אַרײַנגעפּאַסט אונטן, און דעס גלײַכן זאָלן זײ זײַן אַרײַנגעפּאַסט אױבן ביז צום ערשטן רינג; אַזױ זאָל זײַן בײַ זײ בײדן; זײ זאָלן זײַן פֿאַר די צװײ װינקלען. 25און עס װעלן זײַן אַכט ברעטער מיט זײערע זילבערנע שװעלן – זעכצן שװעלן: צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט, צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט. 26און זאָלסט מאַכן ריגלען פֿון שִטים-האָלץ; פֿינף פֿאַר די ברעטער פֿון אײן זײַט מישכּן; 27און פֿינף ריגלען פֿאַר די ברעטער פֿון דער צװײטער זײַט מישכּן, און פֿינף ריגלען פֿאַר די ברעטער פֿון דער הינטערשטער זײַט מישכּן, צו מערבֿ;
28און דעם מיטלסטן ריגל אין מיטן פֿון די ברעטער, װאָס זאָל דורכריגלען פֿון עק צו עק. 29און די ברעטער זאָלסטו איבערציען מיט גאָלד, און מאַכן צו זײ רינגען פֿון גאָלד, אױערן פֿאַר די ריגלען; און זאָלסט איבערציען די ריגלען מיט גאָלד. 30און זאָלסט אױפֿשטעלן דעם מישכּן אַזױ װי זײַן מוסטער#26‏.30 אױב משיח װאַלט געװען אױף דער ערד, װאַלט ער גאָרנישט געװען קײן כֹּהן תְּהִלִּים 110‏.4, װײַל עס זענען דאך פֿאַראַן אַזעלכע, װאָס זענען מקריבֿ מנחות לויט דער תורה; ‏ װעלכע דינען צו אַ סקיצע און אַ שאטן פֿון הימלישע זאַכן, לויט װי משה איז באַפֿױלן געװאָרן, װען ער האָט געזאלט פֿאַרענדיקן דאָס מישכּן; װאָרום ער האָט צו אים געזאָגט: זע, דו זאָלסט אַלץ מאַכן לויט דעם מוסטער, שְמוֹת 25‏.40 װאָס איז דיר געװיזן געװאָרן אױפֿן באַרג. װאָס איז דיר באַװיזן געװאָרן אױפֿן באַרג.
31און זאָלסט מאַכן אַ פָּרוֹכֶת פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען; קונציק אױסגעאַרבעט, מיט כּרובֿים זאָל מען אים מאַכן. 32און זאָלסט אים אַרױפֿטאָן אױף פֿיר זײַלן פֿון שִטים-האָלץ איבערגעצױגן מיט גאָלד, מיט זײערע העקלעך פֿון גאָלד, אױף פֿיר זילבערנע שװעלן. 33און זאָלסט אַרױפֿטאָן דעם פָּרוֹכֶת אונטער די האָקן; און זאָלסט אַרײַנברענגען אַהין, אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת, דעם אָרון פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה};#26‏.33 שְמוֹת 20‏.1‏-2‏; שְמוֹת 5‏.2; שְמוֹת 20‏.3‏-6; דְבָֿרִים 17‏.2‏-7; שְמוֹת 20‏.7‏; וַיִּקְרָא 24‏.15‏-16; שְמוֹת 20‏.8‏-11‏; במִדְבר 15‏.32‏-35; שְמוֹת 20‏.12‏; וַיִּקְרָא 20‏.9; שְמוֹת 20‏.13‏; במִדְבר 35‏.30; שְמוֹת 20‏.14‏; וַיִּקְרָא 20‏.10; שְמוֹת 20‏.15‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; שְמוֹת 20‏.16‏; במִדְבר 16‏.1‏-35; שְמוֹת 20‏.17‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; יְשַעְיָה 53‏.11 די בשורת הגאולה איז נישט פֿארשטאַנען. אנשי אַמת טאָן פֿארשטאײן. די עשרת הדברים איז דײַן אַרעסט־באַפֿעל און דער משפּט מות װעט זײַן דײַן פּסק־דין. װאָרום אַלע, װאָס זענען פארלאזן זיך אױף די מעשׂים פֿון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אױף די װערט פֿון תרי״ג זכות), זענען אונטער אַ קללה; װײַל עס שטײט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער פֿאַרבלײַבט נישט אין אַלעם, װאָס עס שטײט געשריבן אין דער סֵפֿר תורה, עס צו טאָן. (דְבָֿרִים 27‏.26) ‏ משיח האָט אונדז אױסגעלײזט פֿון דער קללה פֿון דער תורה, װערנדיק אַ קללה פֿאַר אונדזערטװעגן; װײַל עס שטײט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער הענגט אױף אַ בױם; (דְבָֿרִים 21‏.23) נאָר אַז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ װערט קײנער נישט גערעכטפערטיקט פֿאַר ה׳ איז באַשײַמפּערלעך קלאר; װײַל; װעט מײַן גערעכטער קנעכט פֿיל גערעכט מאַכן יְשַעְיָה 53‏.11, דער צדיק װעט דורך אמוּנה לעבן; (חֲבַֿקוּק 2‏.4) ‏ זאָלט איר אָפּטאָן דעם אַלטן מענטשן, װעלכער גײט צו גרונט פֿון די פארפירערישע תּאװת, ‏ און באַנײַט װערן אינם גײַסט פֿון אײַער פֿאַרשטאַנד. און זאָלט זיך אָנקלײדן דעם נײַעם מענטשן (תְּהִלִּים 51‏.12), װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן לויט (דעם דמות) אלֹקים אין צדקות און קדושה אין משיח. און דער פָּרוֹכֶת װעט אײַך אָפּשײדן צװישן דעם הײליקטום און דעם קָדשֵי-קָדשים. 34און זאָלסט אַרױפֿטאָן דעם דעק {כַּפֹּרֶת} אױף דעם אָרון פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}, אין קָדשֵי-קָדשים. 35און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם טיש {שֻׁלְחָן} דרױסן פֿון פָּרוֹכֶת, און די מנוֹרה אַקעגן דעם טיש {שֻׁלְחָן}, אין דָרום-זײַט מישכּן; און דעם טיש {שֻׁלְחָן} זאָלסטו שטעלן אין צפֿון-זײַט. 36און זאָלסט מאַכן אַ פֿאָרהאַנג צום אײַנגאַנג פֿון געצעלט {אֹהֶל}, פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, געשטיקטע אַרבעט. 37און זאָלסט מאַכן צום פֿאָרהאַנג פֿינף זײַלן פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט גאָלד; זײערע העקלעך פֿון גאָלד; און זאָלסט אױסגיסן פֿאַר זײ פֿינף קופּערנע שװעלן.

Currently Selected:

שְמוֹת כו: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in