YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת כה

כה
תְּרומָה
1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זאָלן נעמען פֿאַר מיר אַ אָפּשײדונג {תְּרוּמָה}; פֿון יעטװעדער מאַן װאָס זײַן האַרץ װעט אים באַװיליקן, זאָלט איר נעמען מײַן אָפּשײדונג {תְּרוּמָה}. 3און דאָס איז די אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} װאָס איר זאָלט נעמען פֿון זײ: גאָלד, און זילבער, און קופּער; 4און בלאָע װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און לײַנען, און ציגנהאָר; 5און רױטגעפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און תַּחַשפֿעלן, און שִטים-האָלץ; 6אײל פֿאַר דער לײַכטונג, בשׂמים פֿאַר דעם אײל פֿון זאַלבונג, און פֿאַר דעם װײַרעך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; 7אָניקלשטײנער, און שטײנער צום אײַנפֿאַסן, פֿאַר דעם אֵפֿוֹד, און פֿאַר דעם חוֹשֶן. 8און זײ זאָלן מיר מאַכן אַ מקדש, אַז איך זאָל רוען צװישן זײ. 9אַזױ װי אַלץ װאָס איך װײַז דיר, די געשטאַלט פֿון דעם מישכּן, און די געשטאַלט פֿון אַלע זײַנע כּלים, אָט אַזױ זאָלט איר מאַכן.
10און זײ זאָלן מאַכן אַן אָרון פֿון שִטים-האָלץ; צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן הײך. 11און זאָלסט אים איבערציען מיט רײנעם גאָלד – פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק זאָלסטו אים איבערציען; און זאָלסט מאַכן אױף אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. 12און זאָלסט אױסגיסן פֿאַר אים פֿיר גילדערנע רינגען, און אַרױפֿטאָן אױף זײַנע פֿיר פֿיס; און צװײ רינגען זאָלן זײַן אױף זײַן אײן זײַט, און צװײ רינגען אױף זײַן צװײטער זײַט. 13און זאָלסט מאַכן שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט גאָלד. 14און זאָלסט אַרײַנציען די שטאַנגען אין די רינגען בײַ די זײַטן פֿון אָרון, צו טראָגן אױף זײ דעם אָרון. 15אין די רינגען פֿון אָרון זאָלן די שטאַנגען זײַן, זײ זאָלן נישט אָפּגעטאָן װערן פֿון אים. 16און זאָלסט אַרײַנטאָן אין דעם אָרון דאָס צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}#25‏.16 שְמוֹת 20‏.1‏-2‏; שְמוֹת 5‏.2; שְמוֹת 20‏.3‏-6; דְבָֿרִים 17‏.2‏-7; שְמוֹת 20‏.7‏; וַיִּקְרָא 24‏.15‏-16; שְמוֹת 20‏.8‏-11‏; במִדְבר 15‏.32‏-35; שְמוֹת 20‏.12‏; וַיִּקְרָא 20‏.9; שְמוֹת 20‏.13‏; במִדְבר 35‏.30; שְמוֹת 20‏.14‏; וַיִּקְרָא 20‏.10; שְמוֹת 20‏.15‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; שְמוֹת 20‏.16‏; במִדְבר 16‏.1‏-35; שְמוֹת 20‏.17‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; יְשַעְיָה 53‏.11 די בשורת הגאולה איז נישט פֿארשטאַנען. אנשי אַמת טאָן פֿארשטאײן. די עשרת הדברים איז דײַן אַרעסט־באַפֿעל און דער משפּט מות װעט זײַן דײַן פּסק־דין. װאָרום אַלע, װאָס זענען פארלאזן זיך אױף די מעשׂים פֿון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אױף די װערט פֿון תרי״ג זכות), זענען אונטער אַ קללה; װײַל עס שטײט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער פֿאַרבלײַבט נישט אין אַלעם, װאָס עס שטײט געשריבן אין דער סֵפֿר תורה, עס צו טאָן. (דְבָֿרִים 27‏.26) ‏ משיח האָט אונדז אױסגעלײזט פֿון דער קללה פֿון דער תורה, װערנדיק אַ קללה פֿאַר אונדזערטװעגן; װײַל עס שטײט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער הענגט אױף אַ בױם; (דְבָֿרִים 21‏.23) נאָר אַז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ װערט קײנער נישט גערעכטפערטיקט פֿאַר ה׳ איז באַשײַמפּערלעך קלאר; װײַל; װעט מײַן גערעכטער קנעכט פֿיל גערעכט מאַכן יְשַעְיָה 53‏.11, דער צדיק װעט דורך אמוּנה לעבן; (חֲבַֿקוּק 2‏.4) ‏ זאָלט איר אָפּטאָן דעם אַלטן מענטשן, װעלכער גײט צו גרונט פֿון די פארפירערישע תּאװת, ‏ און באַנײַט װערן אינם גײַסט פֿון אײַער פֿאַרשטאַנד. און זאָלט זיך אָנקלײדן דעם נײַעם מענטשן (תְּהִלִּים 51‏.12), װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן לויט (דעם דמות) אלֹקים אין צדקות און קדושה אין משיח װאָס איך װעל דיר געבן.
17און זאָלסט מאַכן אַ דעק {כַּפֹּרֶת} פֿון רײנעם גאָלד; צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט. 18און זאָלסט מאַכן צװײ גילדערנע כּרובֿים; געהאַמערט זאָלסטו זײ מאַכן, בײַ בײדע עקן פֿון דעק {כַּפֹּרֶת}.#25‏.18 טיפּ פֿון מײַח װעמען ה׳ האָט אַרױסגעשטעלט אַלס אַ כפורת אין זײַן בלוט צו זײַן באַקומען דורך אמוּנה. 19און מאַך אײן כּרובֿ בײַם עק פֿון דער זײַט, און אײן כּרובֿ בײַם עק פֿון דער אַנדער זײַט; פֿון דעם דעק {כַּפֹּרֶת} גופֿא זאָלט איר מאַכן די כּרובֿים בײַ זײַנע בײדע עקן. 20און די כּרובֿים זאָלן אױסשפּרײטן די פֿליגלען צו דער הײך, שירעמענדיק מיט זײערע פֿליגלען איבער דעם דעק, מיט זײערע פּנימער אײנער אַקעגן אַנדערן; צום דעק {כַּפֹּרֶת} צו זאָלן זײַן די פּנימער פֿון די כּרובֿים. 21און זאָלסט אַרױפֿטאָן דעם דעק {כַּפֹּרֶת} אױבן אױפֿן אָרון; און אין דעם אָרון זאָלסטו אַרײַנטאָן דאָס צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה} װאָס איך װעל דיר געבן. 22און איך װעל זיך דאָרטן אַנטפּלעקן צו דיר, און װעל רעדן מיט דיר פֿון איבערן דעק, פֿון צװישן די צװײ כּרובֿים װאָס איבער דעם אָרון פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}, אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
23און זאָלסט מאַכן אַ טיש {שֻׁלְחָן} פֿון שִטים-האָלץ; צװײ אײלן זײַן לענג, און אַן אײל זײַן ברײט, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן הײך. 24און זאָלסט אים איבערציען מיט רײנעם גאָלד, און מאַכן צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום. 25און זאָלסט מאַכן צו אים אַ לײַסט פֿון אַ האַנטברײט רונד אַרום, און מאַכן אַ גילדערנעם קראַנץ צו זײַן לײַסט רונד אַרום. 26און זאָלסט מאַכן פֿאַר אים פֿיר גילדערנע רינגען, און אַרױפֿטאָן די רינגען אױף די פֿיר װינקלען װאָס אױף זײַנע פֿיר פֿיס. 27לעבן דעם לײַסט זאָלן זײַן די רינגען, פֿאַר אױערן פֿאַר די שטאַנגען צו טראָגן דעם טיש {שֻׁלְחָן}. 28און זאָלסט מאַכן די שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט גאָלד; און דער טיש {שֻׁלְחָן} זאָל געטראָגן װערן אױף זײ. 29און זאָלסט מאַכן זײַנע שיסלען, און זײַנע שאָלן, און זײַנע קאַנען, און זײַנע בעכערס, װאָס מיט זײ װערט געגאָסן; פֿון רײנעם גאָלד זאָלסטו זײ מאַכן. 30און זאָלסט אַרױפֿטאָן אױפֿן טיש {שֻׁלְחָן} דאָס לֶחֶם פָּנֶה פֿאַר מיר תּמיד.
31און זאָלסט מאַכן אַ מנוֹרה פֿון רײנעם גאָלד; געהאַמערט זאָל די מנוֹרה געמאַכט װערן, איר פֿוסגעשטעל, און איר שטאַם; אירע בעכערלעך – אירע באַזע און אירע בלומען – זאָלן זײַן פֿון איר גופֿא. 32און זעקס רערן זאָלן אַרױסגײן פֿון אירע זײַטן, דרײַ רערן פֿון דער מנוֹרה פֿון איר אײן זײַט, און דרײַ רערן פֿון דער מנוֹרה פֿון איר צװײטער זײַט. 33דרײַ מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך פֿון אַ קנאָפּ און אַ בלום אױף אײן רער, און דרײַ מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך פֿון אַ קנאָפּ און אַ בלום אױפֿן אַנדער רער; אַזױ פֿאַר די זעקס רערן, װאָס גײען אַרױס פֿון דער מנוֹרה. 34און אױף דער מנוֹרה פֿיר מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך – אירע קנעףּ און אירע בלומען. 35און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר, און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר, און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר, פֿאַר די זעקס רערן װאָס גײען אַרױס פֿון דער מנוֹרה. 36זײערע קנעףּ און זײערע רערן זאָלן זײַן פֿון איר גופֿא, אין גאַנצן אײן אױסהאַמערונג פֿון רײנעם גאָלד. 37און זאָלסט מאַכן צו איר זיבן רערלעך, און מע זאָל אָנצינדן אירע רערלעך, און מאַכן לײַכטן צו איר פֿאָדערזײַט צו. 38און אירע צװענגלעך און אירע אַשפֿענדלעך זאָלן זײַן פֿון רײנעם גאָלד. 39פֿון צענטנער רײנעם גאָלד זאָל מען זי מאַכן מיט אַלע די דאָזיקע כּלים. 40און זע זאָלסט מאַכן לױט זײער מוסטער, װאָס דיר װערט געװיזן אױפֿן באַרג.

Currently Selected:

שְמוֹת כה: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in