YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת כג

כג
1זאָלסט נישט אַרױסלאָזן אַ פֿאַלשן קלאַנג; זאָלסט נישט מאַכן אײן האַנט מיט דעם רשע צו זײַן אַן עדות אױף אומרעכט. 2זאָלסט נישט נאָכגײן נאָך אַ רַבים צום בײזן; און אין אַ קריג זאָלסטו נישט עדות זאָגן כּדי זיך צו נײַגן נאָך אַ רַבים צו פֿאַרדרײען. 3און אַן אָרימאַן זאָלסטו נישט שאַנעװען אין זײַן קריג.
4אַז דו װעסט טרעפֿן דײַן שׂוֹנאס אָקס, אָדער זײַן אײזל, װאָס איז פֿאַראירט, זאָלסטו אומקערן אים אומקערן צו אים.
5אַז דו װעסט זען דײַן שׂוֹנאס אײזל ליגן אונטער זײַן משׂא, זאָלסטו זיך אָפּהאַלטן פֿון איבערלאָזן צו אים; זאָלסטו דו אים דאָך העלפֿן.
6זאָלסט נישט פֿאַרדרײען דאָס רעכט פֿון דײַן אבֿיון אין זײַן קריג. 7פֿון אַ פֿאַלשן פּסק זאָלסטו זיך דערװײַטערן, און אַן אומשולדיקן און גערעכטן זאָלסטו נישט הרגען; װאָרום איך װעל נישט לאָזן בלײַבן גערעכט דעם שולדיקן. 8און שוחד זאָלסטו נישט נעמען, װאָרום שוֹחד מאַכט בלינד זעעדיקע, און פֿאַרדרײט די װערטער פֿון גערעכטע.
9און אַ גֵּר זאָלסטו נישט דריקן, װאָרום איר װײסט דאָס נפֿש פֿון דעם גֵּר, װײַל גֵּרים זײַט איר געװען אין לאַנד מִצרַיִם.
10און זעקס יאָר זאָלסטו זײען דײַן לאַנד, און אײַנזאַמלען איר תּבֿואה; 11אָבער דאָס זיבעטע יאָר {שמיטה} זאָלסטו עס פֿאַרלאָזן און עס איבערלאָזן פֿרײַ, כּדי די אבֿיוֹנים פֿון דײַן פֿאָלק זאָלן עסן; און װאָס בלײַבט פֿון זײ, זאָל עסן די חיה פֿון פֿעלד. דעס גלײַכן זאָלסטו טאָן מיט דײַן װײַנגאָרטן, מיט דײַן אײלבערטגאָרטן.
12זעקס טעג זאָלסטו טאָן דײַנע אַרבעט, און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָלסטו רוען, כּדי עס זאָל רוען דײַן אָקס און דײַן אײזל, און עס זאָל אָפּעטעמען דער זון פֿון דײַן דינסט, און דער גֵּר.
13און אין אַלץ, װאָס איך האָב אײַך אָנגעזאָגט, זאָלט איר זײַן אָפּגעהיט; און דעם נאָמען פֿון פֿרעמדע ג-טער זאָלט איר נישט דערמאָנען; עס זאָל פֿון דײַן מױל נישט געהערט װערן.
14דרײַ מאָל אין יאָר זאָלסטו האַלטן אַ יוֹם-טובֿ צו מיר. 15דעם יוֹם-טובֿ פֿון מַצות זאָלסטו היטן: זיבן טעג זאָלסטו עסן מַצות, אַזױ װי איך האָב דיר באַפֿױלן, צו דער געשטעלטער צײַט אין חוֹדש אָבֿיבֿ װאָרום אין אים ביסטו אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם; און מע זאָל זיך נישט װײַזן פֿאַר מיר מיט לײדיקן; 16און דעם יוֹם-טובֿ פֿון שניט, פֿון די ערשטפֿרוכט פֿון דײַנע אַרבעט, פֿון װאָס דו װעסט פֿאַרזײען אין פֿעלד; און דעם יוֹם-טובֿ פֿון אײַנזאַמלונג בײַם אױסלאָז פֿון יאָר, װען דו זאַמלסט אײַן דײַנע אַרבעט פֿון פֿעלד. 17דרײַ מאָל אין יאָר זאָלן אַלע דײַנע מאַנספּאַרשױנען זיך װײַזן פֿאַר הָאָדוֹן,#23‏.17 זען הערה יְשַעְיָה 4‏.2; מַלאָכי 3‏.1 ה׳.
18זאָלסט נישט מקריבֿ זײַן מיט חמץ דאָס בלוט פֿון מײַן שלאַכטאָפּפֿער {זֶבַֿח}; און דאָס פּסח-אָפּפֿער פֿון מײַן יוֹם-טובֿ זאָל נישט איבערנעכטיקן ביז אין דער פֿרי.
19די ערשט פֿריצײַטיקע פֿון דײַן ערד זאָלסטו ברענגען אין הױז פֿון ה׳ דײַן ג-ט. זאָלסט נישט קאָכן אַ ציקעלע אין זײַן מוטערס מילך.
20זע, איך שיק דיר פֿאַרױס אַ מלאך, דיך צו היטן אױפֿן װעג {דֶּרֶךְ},#23‏.20 משיח איז דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאָס לעבן; קײנער קומט נישט צום עתיק ימִים, אַחוץ דורך בַּר אֱנָשׁ. דָניאֵל 7‏.13‏-14 און דיך צו ברענגען צו דעם אָרט װאָס איך האָב אָנגעברײט. 21היט דיך פֿאַר אים, און הער צו זײַן קֹול; זאָלסט נישט װידערשפּעניקן אָן אים, װאָרום ער װעט נישט פֿאַרגעבן#23‏.21 װער קען דאָס מוחל זײַן זינד, אַחוץ ה׳ אלײן? אײַער פֿאַרברעך, װײַל מײַן נאָמען#יְשַעְיָה 9‏.5 איז אין אים. 22אָבער אױב צוהערן װעסטו צוהערן צו זײַן קֹול, און װעסט טאָן אַלץ װאָס איך רעד, װעל איך פֿײַנטן דײַנע פֿײַנט, און דרענגן דײַנע דרענגערס. 23װאָרום מײַן מלאך װעט גײן דיר פֿאַרױס, און ער װעט דיך ברענגען צו דעם אֶמוֹרי, און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, און דעם כּנַעֲני, דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי; און איך װעל זײ פֿאַרטיליקן. 24זאָלסט זיך נישט בוקן צו זײערע ג-טער, און זאָלסט זײ נישט דינען, און זאָלסט נישט טאָן אַזױ װי זײערע מעשׂים; נײַערט צעשטערן זאָלסטו זײ צעשטערן, און צעברעכן זאָסלטו צעברעכן זײערע זײַלשטײנער. 25און איר זאָלט דינען ה׳ אלוקיכם, און ער װעט בענטשן דײַן ברױט און דײַן װאַסער; און איך װעל אָפּטאָן קראַנקשאַפֿט פֿון צװישן דיר. 26עס װעט נישט זײַן אַ פֿאַרװאַרפֿערין אָדער אַן עקרה אין דײַן לאַנד; די צאָל פֿון דײַנע טעג װעל איך אױספֿילן. 27מײַן אימה װעל איך שיקן דיר פֿאַרױס, און װעל פֿאַרטומלען אַל דאָס פֿאָלק װאָס דו װעסט קומען צװישן זײ, און איך װעל קערן אַלע דײַנע פֿײַנט מיטן נאַקן צו דיר. 28און איך װעל שיקן דיר פֿאַרױס די האָרנבין, און זי װעט פֿאַרטרײַבן דעם חִוִי, דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, פֿון פֿאַר דיר. 29איך װעל זײ נישט פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר דיר אין אײן יאָר, טאָמער װעט דאָס לאַנד װערן אַ װיסטעניש און עס װעט זיך מערן אױף דיר די חיה פֿון פֿעלד. 30ביסלעכביסלעכװײַז װעל איך זײ פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר דיר, ביז װאַנען דו װעסט זיך פֿרוכפּערן, און װעסט אַרבן דאָס לאַנד. 31און איך װעל מאַכן דײַן געמאַרק פֿון ים-סוףֿ און ביז דעם ים פֿון די פּלִשתּים, און פֿון מדבר ביזן טײַך; װאָרום איך װעל געבן אין אײַער האַנט די באַװױנער פֿון לאַנד, און װעסט זײ פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר דיר. 32זאָלסט נישט שליסן {כרת}#23‏.32 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 אַ בְּרִית זײ און זײערע ג-טער. 33זײ זאָלן נישט זיצן אין דײַן לאַנד, כּדי זײ זאָלן דיך נישט מאַכן זינדיקן צו מיר, אַז דו װעסט דינען זײערע ג-טער; װאָרום דאָס װעט דיר זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג.

Currently Selected:

שְמוֹת כג: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in