שְמוֹת כב
כב
1 אַז אַ גנבֿ װעט געכאַפּט װערן בײַ אַן אײַנברעכונג, און װעט קריגן געשלאָגן און װעט שטאַרבן, איז נישטאָ פֿאַר אים קײן בלוטשולד. 2 אױב אָבער די זון איז אױפֿגעגאַנגען איבער אים, איז דאָ פֿאַר אים בלוטשולד. באַצאָלן מוז ער באַצאָלן; אױב ער האָט נישט, זאָל ער פֿאַרקױפֿט װערן פֿאַר זײַן גנבֿה. 3 אױב געפֿונען װעט געפֿונען װערן די גנבֿה אין זײַן האַנט אַ לעבעדיקע, סײַ אַן אָקס, סײַ אַן אײזל, סײַ אַ שעפּס,#יְשַעְיָה 53.7 זאָל ער באַצאָלן טאָפּל.
4 אַז אַ מאַן װעט לאָזן אָפּעסן אַ פֿעלד אָדער אַ װײַנגאָרטן, און װעט אַרױסלאָזן זײַן בהמה, און זי װעט אָפּעסן אין אַן אַנדערנס פֿעלד, זאָל ער מיט דעם בעסטן פֿון זײַן פֿעלד, און מיט דעם בעסטן פֿון זײַן װײַנגאָרטן באַצאָלן.
5 אַז אַ פֿײַער װעט אַרױסגײן, און װעט אָנטרעפֿן דערנער, און עס װעט פֿאַרצערט װערן אַ סטױג, אָדער שטײענדיקע תּבֿואה, אָדער אַ פֿעלד, זאָל צאָלן באַצאָלן דער װאָס האָט אָנגעצונדן די שׂרפֿה.
6 אַז אַ מאַן װעט געבן זײַן חבֿר געלט אָדער זאַכן צום היטן, און עס װעט געגנבֿעט װערן פֿון דעם מאַנס הױז, אױב דער גנבֿ װעט געפֿונען װערן, זאָל ער באַצאָלן טאָפּל; 7 אױב דער גנבֿ װעט נישט געפֿונען װערן, זאָל דער בַעַל־הבית פֿון הױז גענענען צו האלֹקים: צי ער האָט נישט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף זײַן חבֿרס האָב.
8 בײַ איטלעכן חשד פֿון אומערלעכקײט, װעגן אַן אָקס, װעגן אַן אײזל, װעגן אַ שעפּס, װעגן אַ קלײד, װעגן װאָסער עס איז פֿאַרלאָרענער זאַך, װאָס יענער זאָגט, אַז דאָס איז עס, זאָל די זאַך פֿון בײדן קומען פֿאַר האלֹקים; דער װעמען אלֹקים װעט מאַכן שולדיק, זאָל באַצאָלן זײַן חבֿר טאָפּל.
9 אַז אַ מאַן װעט געבן זײַן חבֿר אַן אײזל, אָדער אַן אָקס, אָדער אַ שעפּס,#יְשַעְיָה 53.7 אָדער װאָסער עס איז בהמה צום היטן, און זי װעט אַװעקפֿאַלן, אָדער געשעדיקט װערן, אָדער געפֿאַנגען װערן, װען קײנער זעט נישט, 10 זאָל אַ שבֿועה פֿון ה׳ זײַן צװישן זײ בײדן, אױב ער האָט נישט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף זײַן חבֿרס האָב; און איר בַעַל־הבית זאָל עס אָננעמען, און ער דאַרף נישט באַצאָלן. 11 אױב אָבער גנבֿען איז זי געגנבֿעט געװאָרן פֿון אים, מוז ער באַצאָלן איר בַעַל־הבית. 12 אױב פֿאַרצוקן איז זי פֿאַרצוקט געװאָרן, זאָל ער ברענגען פֿון איר צום עדות; פֿאַר אַ פֿאַרצוקטער דאַרף ער נישט באַצאָלן.
13 און אַז אַ מאַן װעט באָרגן אַ בהמה פֿון זײַן חבֿר, און זי װעט געשעדיקט װערן, אָדער אַװעקפֿאַלן – איז איר בַעַל־הבית נישט מיט איר, מוז ער צאָלן באַצאָלן. 14 אױב איר בַעַל־הבית איז מיט איר, דאַרף ער נישט באַצאָלן. אױב זי איז אַ געדונגענע, גײט דאָס אַרײַן אין איר לױן.
15 און אַז אַ מאַן װעט פֿאַרפֿירן אַ יונגפֿרױ װאָס איז נישט פֿאַרקנַסט, און װעט ליגן מיט איר, זאָל ער מיט נדן זי מאַכן פֿאַר זײַן װײַב. 16 אױב איר פֿאָטער װעט זי אים נישט װעלן געבן, זאָל ער באַצאָלן געלט לױט דעם נדן פֿון יונגפֿרױען.
17 אַ מכשפֿה זאָלסטו נישט לאָזן לעבן.
18 איטלעכער װאָס ליגט מיט אַ בהמה זאָל טײטן געטײט װערן.
19 דער װאָס שלאַכט צו ג-טער, אַחוץ צו ה׳ אַלײן, זאָל װערן חרם.
20 און אַ פֿרעמדן זאָלסטו נישט קריװדען, און זאָלסט אים נישט דריקן, װאָרום פֿרעמדע זײַט איר געװען אין לאַנד מִצרַיִם. 21 אַן אַלמנה און אַ יתום זאָלט איר נישט פּײַניקן. 22 אױב פּײַניקן װעסטו אים פּײַניקן, איז, װי נאָר ער װעט שרײַען צו מיר, װעל איך זיכער צוהערן זײַן געשרײ. 23 און מײַן צאָרן {אַף} װעט גרימען, און איך װעל אײַך הרגען מיטן שװערד, און אײַערע װײַבער װעלן זײַן אַלמנות, און אײַערע קינדער יתוֹמים.
24 אַז דו װעסט געלט לײַען מײַן פֿאָלק, דעם אָרימאַן בײַ דיר, זאָלסטו נישט זײַן צו אים װי אַ בַעַל-חוֹבֿ; איר זאָלט נישט אַרױפֿלײגן אױף אים צינזן.
25 אַז דו װעסט נעמען אין משכּון דײַן חבֿרס קלײד, זאָלסטו עס אים אומקערן אײדער די זון גײט אונטער; 26 װאָרום דאָס איז זײַן אײנציקער צודעק, דאָס איז זײַן קלײד פֿאַר זײַן לײַב; אין װאָס װעט ער שלאָפֿן? איז, אַז ער װעט שרײַען צו מיר, װעל איך צוהערן, װאָרום איך בין לײַטזעליק.
27 אלֹקים זאָלסטו נישט שילטן, און אַ פֿירשט אין דײַן פֿאָלק זאָלסטו נישט פֿלוכן.
28 די גאָב פֿון דײַן פֿולקײט און דײַן שֶפֿע זאָלסטו נישט שפּעטיקן. דעם בכוֹר פֿון דײַנע זין זאָלסטו אָפּגעבן צו מיר. 29 דעס גלײַכן זאָלסטו טאָן מיט דײַן אָקס, מיט דײַנע שאָף; זיבן טעג זאָל עס זײַן בײַ זײַן מוטער, אױפֿן אַכטן טאָג זאָלט איר עס אָפּגעבן צו מיר.
30 און הײליקע מענטשן זאָלט איר מיר זײַן, און פֿלײש פֿון אַ פֿאַרצוקטער אױפֿן פֿעלד זאָלט איר נישט עסן; פֿאַרן הונט זאָלט איר עס אַװעקװאַרפֿן.
Currently Selected:
שְמוֹת כב: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: