YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת כד

כד
1און צו משהן האָט ער געזאָגט: גײ אַרױף צו ה׳, דו, און אַהרן, נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, און זיבעציק פֿון די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און איר זאָלט זיך בוקן פֿון דער װײַטן. 2און משה אַלײן זאָל גענענען צו ה׳; אָבער זײ זאָלן נישט גענענען. און דאָס פֿאָלק זאָל נישט אַרױפֿגײן מיט אים.
3איז משה געקומען, און האָט דערצײלט דעם פֿאָלק אַלע װערטער פֿון ה׳, און אַלע געזעצן; און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענטפֿערט מיט אײן קֹול, און געזאָגט: אַלע װערטער װאָס ה׳ האָט גערעדט װעלן מיר טאָן.#דְבָֿרִים 27‏.26
4און משה האָט פֿאַרשריבן אַלע װערטער פֿון ה׳, און ער האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און האָט געבױט אַ מזבח אונטערן באַרג, און צװעלף זײַלשטײנער אַקעגן די צװעלף שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל. 5און ער האָט געשיקט די יונגע לײַט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און געשלאַכט אָקסן פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים} צו ה׳. 6און משה האָט גענומען העלפֿט פֿון דעם בלוט, און אַרײַנגעטאָן אין בעקנס, און העלפֿט פֿון דעם בלוט האָט ער געשפּרענגט#יְשַעְיָה 52‏.15 אױפֿן מזבח. 7און ער האָט גענומען דאָס בוך פֿון בְּרִית, און געלײענט אין די אױערן פֿון פֿאָלק; און זײ האָבן געזאָגט: אַלץ װאָס ה׳ האָט גערעדט װעלן מיר טאָן און געהאָרכן.#דְבָֿרִים 27‏.26 8און משה האָט גענומען דאָס בלוט, און האָט געשפּרענגט#יְשַעְיָה 52‏.15 אױפֿן פֿאָלק, און האָט געזאָגט: אָט איז דאָס בלוט פֿון דעם בְּרִית#24‏.8 זען נײַעם בְּרִית אין משיחס בלוט יִרְמְיָה 31‏.30 װאָס ה׳ האָט געמאַכט {כרת}#24‏.8 זען הערה דָניאֵל 9‏.25‏-26 מיט אײַך אױף אַלע די דאָזיקע װערטער.
9און משה, און אַהרן, נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, און זיבעציק פֿון די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען; 10און זײ האָבן געזען דעם אלוקי יִשׂרָאֵל; און אונטער זײַנע פֿיס איז געװען אַזױ װי אַ פֿלאַסטערװערק פֿון סאַפּירשטײן, און אַזױ װי דער הימל אַלײן אין לױטערקײט. 11און אױף די אַדללײַט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט ער נישט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט; און זײ האָבן געזען האלֹקים, און האָבן געגעסן און געטרונקען.
12און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: קום אַרױף צו מיר אױפֿן באַרג, און זײַ דאָרטן, און איך װעל דיר געבן די שטײנערנע לוחות מיט דער תּורה און דעם געבאָט װאָס איך האָב אױפֿגעשריבן זײ צו לערנען.
13איז אױפֿגעשטאַנען משה, און זײַן באַדינער יְהוֹשועַ,#24‏.13 זען הערה יְהוֹשועַן/ישוּעַ איז נאָמען פֿון צמח משיח זכַריָה 6‏.11‏-12; עֶזְרָא 3‏.8 און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג פֿון האלֹקים. 14און צו די עלטסטע האָט ער געזאָגט: האַרט דאָ אױף אונדז, ביז װאַנען מיר װעלן זיך אומקערן צו אײַך. און אָט זײַנען אַהרן און חור מיט אײַך; װער עס האָט אַ משפּט זאָל גענענען צו זײ.
15און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג, און דער װאָלקן האָט צוגעדעקט דעם באַרג. 16און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט גערוט אױפֿן באַרג סינַי, און דער װאָלקן האָט אים אײַנגעדעקט זעקס טעג; און אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער גערופֿן צו משהן פֿון װאָלקן.
17און דאָס אױסזען פֿון ה׳ס פּראַכט איז געװען אַזױ װי אַ פֿלאַמיק פֿײַער אױפֿן שפּיץ באַרג, פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 18און משה איז אַרײַנגעגאַנגען אין מיטן װאָלקן, און איז אַרױף אױפֿן באַרג; און משה איז געװען אױפֿן באַרג פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט.

Currently Selected:

שְמוֹת כד: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in