שְמוֹת כא
כא
מִשְפָּטִים
1און דאָס זײַנען די געזעצן װאָס דו זאָלסט לײגן פֿאַר זײ: 2אַז דו װעסט קױפֿן אַ יוּדישען קנעכט, זאָל ער זעקס יאָר דינען, און אױפֿן זיבעטן זאָל ער אַרױסגײן פֿרײַ אומזיסט.#21.2 שְמוֹת 6.6-7; מיט חֶסֶד זענט איר געראַטעװעט געװאָרן דורך אמוּנה, נישט תרי״ג מצוות זכות װאָס פֿאַרדינען זיך ישועת אלוקינו, און נישט מיט פארדארבלעכע זאַכן, מיט זילבער אָדער גאָלד, זענט איר אױסגעלײזט געװאָרן; נאָר עס איז אַ מתנה פֿון ה׳ און איז מיט דעם טייערן בלוט פֿון דעם לאַם משיח יְשַעְיָה 55.1; 53.7; 52.3 3אױב ער איז אַלײן געקומען, זאָל ער אַלײן אַרױסגײן; אױב ער איז אַ באַװײַבטער, זאָל זײַן װײַב אַרױסגײן מיט אים. 4אױב זײַן האַר װעט אים געבן אַ װײַב, און זי װעט אים געבערן זין אָדער טעכטער, זאָל די װײַב מיט אירע קינדער געהערן צו איר האַר, און ער זאָל אַרױסגײן אַלײן. 5און אױב זאָגן װעט זאָגן דער קנעכט: איך האָב ליב מײַן האַר, מײַן װײַב, און מײַנע קינדער, איך װיל נישט אַרױסגײן פֿרײַ; 6זאָל זײַן האַר אים מאַכן גענענען צו האלֹקים, און אים מאַכן גענענען צום טיר, אָדער צום בײַשטידל, און זײַן האַר זאָל דורכשטעכן#תְּהִלִּים 22.17; זכַריָה 12.10; 11.12-13 זײַן אױער מיט אַן נאָל; און ער זאָל אים דינען אױף שטענדיק.
7און אַז אַ מאַן װעט פֿאַרקױפֿן זײַן טאָכטער פֿאַר אַ דינסט, זאָל זי נישט אַרױסגײן אַזױ װי עס גײען אַרױס די קנעכט. 8אױב זי געפֿעלט נישט אין די אױגן פֿון איר האַר, װאָס האָט זי געהאַט באַשטימט פֿאַר זיך, זאָל ער זי לאָזן אױסלײזן; ער זאָל נישט געװעלטיקן זי צו פֿאַרקױפֿן צו פֿרעמדע מענטשן, װען ער פֿעלשט אָן איר. 9און אױב ער װעט זי באַשטימען פֿאַר זײַן זון, זאָל ער טאָן צו איר אַזױ װי דער שטײגער מיט טעכטער. 10אױב ער װעט זיך נעמען אַן אַנדערע, זאָל ער איר שפּײַז, איר קלײדונג, און איר װײַברעכט, נישט מינערן. 11און אױב ער װעט איר נישט טאָן די דאָזיקע דרײַ זאַכן, זאָל זי אַרױסגײן אומזיסט, אָן געלט.
12דער װאָס שלאָגט אַ מענטשן און ער שטאַרבט, זאָל טײטן געטײט װערן. 13אָבער דער װאָס האָט נישט געמײנט, נאָר האלֹקים האָט עס אונטערגעשיקט אונטער זײַן האַנט, װעל איך דיר מאַכן אַן אָרט װאָס ער זאָל אַהין אַנטרינען.
14און אַז אַ מאַן װעט מוטװיליק קומען אױף זײַן חבֿר, אים צו הרגען מיט ליסטיקײט, זאָלסטו פֿון מײַן מזבח אים אַראָפּנעמען צו שטאַרבן.
15און דער װאָס שלאָגט זײַן פֿאָטער, אָדער זײַן מוטער, זאָל טײטן געטײט װערן.
16און דער װאָס גנבֿעט אַ מענטשן און פֿאַרקױפֿט אים, אָדער ער װערט געפֿונען אין זײַן האַנט, זאָל טײטן געטײט װערן.
17און דער װאָס שילט זײַן פֿאָטער, אָדער זײַן מוטער, זאָל טײטן געטײט װערן.
18און אַז מענטשן װעלן זיך קריגן, און אײנער װעט שלאָגן דעם אַנדערן מיט אַ שטײן, אָדער מיטן פֿױסט, און ער װעט נישט שטאַרבן, נאָר ער װעט זיך אַװעקלײגן אין בעט, 19איז, אױב ער װעט אױפֿשטײן און אַרומגײן דרױסן אױף זײַן שטעקן, זאָל דער שלעגער זײַן פֿרײַ; נאָר פֿאַר זײַן זיצן לײדיק מוז ער באַצאָלן, און אױסהײלן מוז ער אים לאָזן אױסהײלן {רפא}#יְשַעְיָה 53.5.
20און אַז אַ מאַן װעט שלאָגן זײַן קנעכט, אָדער זײַן דינסט, מיט אַ שטעקן, און ער װעט שטאַרבן אונטער זײַן האַנט, זאָל ער שטראָפֿן באַשטראָפֿט װערן.
21אױב אָבער ער װעט זיך האַלטן אַ טאָג אָדער צװײ טעג, זאָל ער נישט באַשטראָפֿט װערן; װאָרום דאָס איז זײַן געלט.
22און אַז מענער װעלן זיך ראַנגלען, און װעלן אָנשטױסן אַ טראָגעדיקע פֿרױ, און אירע קינדער װעלן אַרױסגײן, אָבער קײן אומגליק װעט נישט געשען, זאָל קַנסען געקַנסעט װערן דער שולדיקער, לױט װי דער פֿרױס מאַן װעט אױף אים אַרױפֿלײגן, און ער זאָל עס געבן פֿאַר די דײנים. 23אױב אָבער אַן אומגליק װעט געשען, זאָלסטו געבן אַ נפֿש פֿאַר#21.23 זען טוֹיט פֿון משיח פֿאַר מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53.8. אַ נפֿש. 24אַן אױג פֿאַר אַן אױג, אַ צאָן פֿאַר אַ צאָן, אַ האַנט פֿאַר אַ האַנט, אַ פֿוס פֿאַר אַ פֿוס. 25אַ ברען פֿאַר אַ ברען, אַ װוּנד פֿאַר#21.25 זען טוֹיט פֿון משיח פֿאַר מײַן פֿאָלק {יִשׂרָאֵל}, יְשַעְיָה 53.8. אַ װוּנד, אַ בײַל {חַבּוּרָה} פֿאַר אַ בײַל {חַבּוּרָה}#יְשַעְיָה 53.5 .
26און אַז אַ מאַן װעט שלאָגן דאָס אױג פֿון זײַן קנעכט, אָדער דאָס אױג פֿון זײַן דינסט, און װעט עס איבערפֿירן, זאָל ער אים אַרױסלאָזן פֿרײַ פֿאַר זײַן אױג. 27און אַז ער װעט אױסהאַקן אַ צאָן פֿון זײַן קנעכט, אָדער אַ צאָן פֿון זײַן דינסט, זאָל ער אים אַרױסלאָזן פֿרײַ פֿאַר זײַן צאָן.
28און אַז אַן אָקס װעט שטױסן אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ, און זײ װעלן שטאַרבן, זאָל פֿאַרשטײנען פֿאַרשטײנט װערן דער אָקס, און זײַן פֿלײש זאָל נישט געגעסן װערן; און דער בַעַל־הבית פֿון אָקס איז פֿרײַ.
29אױב אָבער ער איז אַ שטױסיקער אָקס פֿון נעכטן-אײערנעכטן, און זײַן בַעַל־הבית איז געװאָרנט געװאָרן, און האָט אים נישט געהיט, און ער װעט טײטן אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ, זאָל פֿאַרשטײנט װערן דער אָקס, און אױך זײַן בַעַל־הבית זאָל געטײט װערן. 30אױב אַן אױסלײז װעט אַרױפֿגעלײגט װערן אױף אים, זאָל ער געבן פֿאַרן אױסקױף פֿון זײַן נפֿש װי פֿיל עס װעט אַרױפֿגעלײגט װערן אױף אים. 31סײַ ער װעט שטױסן אַ ייִנגל, סײַ ער װעט שטױסן אַ מײדל, זאָל אַזױ װי דער דאָזיקער משפּט געטאָן װערן צו אים. 32אױב דער אָקס װעט שטױסן אַ קנעכט אָדער אַ דינסט, זאָל ער געבן זײַן האַר דרײַסיק שֶקל זילבער, און דער אָקס זאָל פֿאַרשטײנט װערן.
33און אַז אַ מאַן װעט עפֿענען אַ גרוב, אָדער אַז אַ מאַן װעט גראָבן אַ גרוב, און װעט זי נישט צודעקן, און אַהין װעט אַרײַנפֿאַלן אַן אָקס אָדער אַן אײזל, 34זאָל דער בַעַל־הבית פֿון דער גרוב באַצאָלן; געלט זאָל ער אומקערן צו זײער בַעַל־הבית, און די טױטע בהמה זאָל געהערן צו אים.
35און אַז אַ מאַנס אָקס װעט שעדיקן דעם אָקס פֿון זײַן חבֿר, און ער װעט אַװעקפֿאַלן, זאָלן זײ פֿאַרקױפֿן דעם לעבעדיקן אָקס, און זיך צעטײלן מיטן געלט; און אױך מיטן טױטן זאָלן זײ זיך צעטײלן. 36אױב עס איז באַװוּסט, אַז ער איז אַ שטױסיקער אָקס פֿון לאַנג אָן, און זײַן בַעַל־הבית האָט אים נישט געהיט, זאָל ער צאָלן באַצאָלן אַן אָקס פֿאַרן אָקס, און דער טױטער זאָל געהערן צו אים. 37 אַז אַ מאַן װעט גנבֿען אַן אָקס אָדער אַ שעפּס,#יְשַעְיָה 53.7 און װעט אים שעכטן, אָדער ער װעט אים פֿאַרקױפֿן, זאָל ער באַצאָלן פֿינף רינדער פֿאַרן אָקס, און פֿיר שאָף פֿאַרן שעפּס.
Currently Selected:
שְמוֹת כא: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: