שְמוֹת כ
כ
1און אלֹקים האָט גערעדט אַלע די דאָזיקע װערטער, אַזױ צו זאָגן:
2איך בין ה׳ דײַן ג-ט, װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט.
3זאָלסט נישט האָבן אַנדערע ג-טער פֿאַר מײַן פּנים. 4זאָלסט דיר נישט מאַכן אַ בילד געשניץ, אָדער אַ קײנערלײ געשטאַלט פֿון װאָס אין הימל אױבן, אָדער װאָס אױף דער ערד אונטן, אָדער װאָס אין װאַסער אונטער דער ערד. 5זאָלסט זיך נישט בוקן צו זײ, און זאָלסט זײ נישט דינען;#20.5 זען הערה דָניאֵל 7.14 װאָרום איך ה׳ דײַן ג-ט בין אַן אֵל קַנֹּוא#20.5 דאָס מיטל היט זיך אפ פֿון די אפג‑טער. און עבודה־זרה און פאלשע משיחים. זען הערה דָניאֵל 7.13-14 , װאָס רעכן זיך פֿאַר די זינד פֿון די פֿאָטערס מיט די קינדער, מיטן דריטן און מיטן פֿירטן דָור פֿון די װאָס האָבן מיך פֿײַנט, 6און טו חֶסֶד מיטן טױזנטסטן גליד פֿון די װאָס האָבן מיך ליב, און פֿון די װאָס היטן מײַנע געבאָט.
7זאָלסט נישט אַרױפֿברענגען דעם נאָמען פֿון ה׳ דײַן ג-ט צום פֿאַלשן, װאָרום ה׳ שענקט נישט דעם װאָס ברענגט אַרױף זײַן נאָמען צום פֿאַלשן.
8געדענק דעם טאָג פֿון שבת, אים צו האַלטן הײליק. 9זעקס טעג זאָלסטו אַרבעטן, און טאָן אַלע דײַנע מלאָכות; 10אָבער דער זיבעטער טאָג איז שבת צו ה׳ דײַן ג-ט, זאָלסטו נישט טאָן קײן מלאָכה, דו, און דײַן זון, און דײַן טאָכטער, דײַן קנעכט, און דײַן דינסט, און דײַן בהמה, און דײַן פֿרעמדער װאָס אין דײַנע טױערן. 11װאָרום זעקס טעג האָט ה׳ געמאַכט דעם הימל און די ערד, דעם ים, און אַלץ װאָס אין זײ, און אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער גערוט; דערום האָט ה׳ געבענטשט דעם טאָג פֿון שבת, און האָט אים געהײליקט.
12האַלט אין כּבֿוד דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר.
13זאָלסט נישט הרגען. 14 זאָלסט נישט מזַנה זײַן. 15 זאָלסט נישט גנבֿען. 16 זאָלסט נישט זאָגן אױף דײַן חבֿר פֿאַלשע עדות.
14 זאָלסט נישט גלוסטן דײַן חבֿרס הױז; זאָלסט נישט גלוסטן דײַן חבֿרס װײַב, אָדער זײַן קנעכט, אָדער זײַן דינסט, אָדער זײַן אָקס, אָדער זײַן אײזל, אָדער װאָס נאָר עס איז דײַן חבֿרס.
15און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט בײגעװױנט די דונערן, און די פֿלאַמען, און דעם קֹול פֿון שוֹפֿר, און דעם רױכיקן באַרג; און װי דאָס פֿאָלק האָט עס געזען, אַזױ האָבן זײ געציטערט, און זײַנען געשטאַנען פֿון דער װײַטן. 16און זײ האָבן געזאָגט צו משהן: רעד דו צו אונדז, און מיר װעלן הערן, און זאָל נישט רעדן צו אונדז אלֹקים; מיר װעלן חלילה שטאַרבן.#20.16 די געזעץ איז פארארדנט געװאָרן דורך דער האַנט פֿון אַ פארמיטלער.
17האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק: איר זאָלט נישט מורא האָבן, װאָרום כּדי אײַך צו פּרוּװן איז האלֹקים געקומען, און כּדי זײַן מורא זאָל זײַן פֿאַר אײַער פּנים, אַז איר זאָלט נישט זינדיקן. 18 איז דאָס פֿאָלק געשטאַנען פֿון דער װײַטן, און משה האָט גענענט צו דעם נעבל {עֲרָפֶל}#צפַֿניָה 1.15 װאָס דאָרטן איז געװען ג-ט. 19 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: איר האָט געזען אַז פֿון הימל האָב איך גערעדט צו אײַך. 20 איר זאָלט נישט מאַכן לעבן מיר ג-טער פֿון זילבער, און ג-טער פֿון גאָלד זאָלט איר אײַך נישט מאַכן. 21 אַ מזבח פֿון ערד זאָלסטו מיר מאַכן, און שלאַכטן אױף אים דײַנע בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און דײַנע פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, דײַנע שאָף און דײַנע רינדער; אין יעטװעדער אָרט װוּ איך װעל מאַכן דערמאָנען מײַן נאָמען, װעל איך קומען צו דיר, און װעל דיך בענטשן. 22און אױב אַ מזבח פֿון שטײנער װעסטו מיר מאַכן, זאָלסטו זײ נישט בױען געהאַקטע, װאָרום דײַן האַקאײַזן האָסטו אױפֿגעהױבן דערױף, און האָסט עס פֿאַרשװעכט. 23 און זאָלסט נישט אַרױפֿגײן מיט טרעפּ אױף מײַן מזבח, כּדי זײַן נאַקעטקײט זאָל נישט אַנטפּלעקט װערן אױף אים.
Currently Selected:
שְמוֹת כ: OYT2023
Highlight
Share
Copy
Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in
Copyright Artists for Israel International © 2023 Orthodox Hasidic Yiddish Tanakh

: