YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת יט

יט
1אין דריטן חוֹדש נאָכן אַרױסגײן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון לאַנד מִצרַיִם, אין דעם דאָזיקן טאָג, זײַנען זײ אָנגעקומען אין מדבר סינַי. 2און אַז זײ האָבן געצױגן פֿון רפֿידים, און זײַנען געקומען אין מדבר סינַי, האָבן זײ גערוט אין מדבר; און יִשׂרָאֵל האָט דאָרטן גערוט אַקעגן באַרג.
3און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען צו האלֹקים, און ה׳ האָט גערופֿן צו אים פֿון באַרג, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צום הױז פֿון יעקבֿ, און דערצײלן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: 4איר האָט געזען װאָס איך האָב געטאָן צו מִצרַיִם, און װי איך האָב אײַך געטראָגן אױף אָדלערפליגלען, און האָב אײַך געבראַכט צו מיר. 5און אַצונד, אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מײַן קֹול, און איר װעט היטן מײַן בְּרִית, װעט איר זײַן מײַן באַזונדער אײגנס פֿון צװישן אַלע אומות; װאָרום צו מיר געהערט די גאַנצע ערד. 6און איר װעט מיר זײַן אַ קיניגרײַך פֿון כֹּהנים, און אַ הײליק פֿאָלק. דאָס זײַנען די װערטער װאָס דו זאָלסט רעדן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
7און משה איז געקומען און האָט צונױפֿגערופֿן די עלטסטע פֿון פֿאָלק, און ער האָט פֿאַר זײ געלײגט אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס ה׳ האָט אים באַפֿױלן. 8האָט געענטפֿערט דאָס גאַנצע פֿאָלק אין אײנעם און געזאָגט: אַלץ װאָס ה׳ האָט גערעדט, װעלן מיר טאָן. און משה האָט צוריקגעבראַכט די װערטער פֿון פֿאָלק צו ה׳.
9און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: זע, איך קום צו דיר אין אַ געדיכטן װאָלקן, כּדי דאָס פֿאָלק זאָל הערן װי איך רעד מיט דיר, און אױך אין דיר זאָלן זײ גלױבן#יְשַעְיָה 53‏.1#19‏.9 װאָס האָט אבֿרהם אבינו דען דערגרײכט לויטן פֿלײש? װאָרום אױב אבֿרהם איז גערעכטפערטיקט געװאָרן דורך מעשׂים (טובים), האָט ער עפעס, מיט װאָס זיך צו באַרימען, אָבער נישט פֿאַר ה׳. װײַל װאָס זאָגן די כתבי (הקודש)? אבֿרהם האָט געגלױבט ה׳ און דאָס איז אים פאררעכנט געװאָרן צו גערעכטיקײט. פֿאַר דעם אַרבעטער אָבער װערט דער לוין נישט פאררעכנט אַלס חֶסֶד נאָר אַלס אַ חובֿ. אָבער דעם, װאָס אַרבעט נישט, נאָר גלױבט אין אים, װאָס מאַכט גערעכט דעם רשע, װערט זײַן אמוּנה אים פאררעכנט צו גערעכטיקײט. אױף אײביק. און משה האָט דערצײלט די װערטער פֿון פֿאָלק צו ה׳.
10און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: גײ צום פֿאָלק, און זאָלסט זײ הײליקן הײַנט און מאָרגן, און זײ זאָלן װאַשן זײערע קלײדער; 11און זײ זאָלן זײַן אָנגעברײט אױפֿן דריטן טאָג#הוֹשֵעַ 6‏.2,#19‏.11 עטלעכע זען דאָ, אָדער אין פֿאָרבילד אָדער אין נבֿואה, אַ פֿאָרשאָט פֿון משיח בן דָוִד. זען יוֹם שלישי הביכורים התּחית המתים. אבֿרהם באקומט יִצחָק צוריק לעבעדיק. יעקבֿ מאַכט אַ זיכער אַנטלױפֿן פֿון לבן. שמעון און לוי נוקם די זינד קעגן זײער שװעסטער. יוספֿס חלום, אײנער שטאַרבט; מען לעבט. יוֹסף באַפֿרײַען זײַנע ברידער פֿון טורמע אין מִצרַיִם. פּלאָגן פֿינצטערניש אין מִצרַיִם איז אױפֿגעהױבן אױף דריטן טאָג. ה׳ באַגעגנט מיט זײַן מענטשן אױף סינַי. קָרבָּן געענדיקט אױף דריט טאָג. אַהרנס שטעקן ספּראַוץ קנאָספּ, בלאַסאַמז און אַלמאַנדז. טײל פֿון דעם פּראָצעס פֿאַר רײניקונג. ג-טס מענטשן פֿאַרמאָגן די לאַנד. די ספּיעס אַנטלױפֿן פֿון שונאים אין יריחוֹ. די טריטי מיט די גבעאָניטעס באשטעטיקט. יִשׂרָאֵל רײניקן זינד אין זײַן צװישן. אױף דעם דריטן טאָג, רוּת באַגעגנט איר גואל. דָוִד אַרױסדרײען שְׁאֹולס טױט פּלאַן. דָוִד מציל די לעבן פֿון די עמלקי קנעכט. הילף פֿון דין פֿון פּלאָג. פֿאַרלענגערונג פֿון לעבן פֿאַר חִזקִיָהו. שלעכט נײַעס פֿאַר די װאָס דינען אַ בײז מלך. דער בַית המקדש איז געװען פֿאַרטיק. אֶסתֵּר, די אַדװאָקאַט פֿון יִשׂרָאֵל, איז באַקומען דורך דעם מלך. בכלל פֿארשטאַנען װי צײַט פֿאַר מחילה. אַנטלױפֿן פֿון טױט און לעבן פֿאַר יונה הנבֿיא. ברֵאשִית 1‏.13; 22‏.4; 31‏.22; 34‏.25; 40‏.20‏; 42‏.18 וַיִּקְרָא 7‏.17‏; 19‏.6‏-7‏; 23‏.10‏-11 במִדְבר 7‏.24‏; 19‏.12‏; 19‏.19 יְהוֹשועַ 9‏.17 הוֹשֵעַ 6‏.2 שְמוֹת 19‏.11‏-16 שוֹפֿטִים 20‏.30 עֶזְרָא 6‏.15 יוֹנָה 2‏.1 שְמוּאֵל א 20‏.12‏; 30‏.1 שְמוּאֵל ב 1‏.2מְלָכִים א 3‏.18‏; 12‏.12 מְלָכִים ב 20‏.5דִבֿרֵי הַיָמִים ב 12‏.10 אֶסתֵּר 5‏.1 װאָרום אױפֿן דריטן טאָג װעט ה׳ אַראָפּנידערן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק אױפֿן באַרג סינַי. 12און זאָלסט אָפּגרענעצן דאָס פֿאָלק רונד אַרום, אַזױ צו זאָגן: היט אײַך אַרױפֿצוגײן אױפֿן באַרג, אָדער זיך אָנרירן אָן זײַן ברעג. איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם באַרג זאָל טײטן געטײט װערן; 13אַ האַנט זאָל זיך נישט אָנרירן אָן אים, נײַערט פֿאַרשטײנען זאָל ער פֿאַרשטײנט װערן, אָדער שיסן זאָל ער געשאָסן װערן; סײַ אַ בהמה, סײַ אַ מענטש, זאָל ער נישט בלײַבן לעבן. ערשט אַז דער האָרן גיט אַן אױסגעצױגענעם בלאָז, מעגן זײ אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג.
14האָט משה אַראָפּגענידערט פֿון באַרג צום פֿאָלק, און האָט געהײליקט דאָס פֿאָלק, און זײ האָבן געװאַשן זײערע קלײדער. 15און ער האָט געזאָגט צום פֿאָלק: זײַט אָנגעברײט אױפֿן דריטן טאָג; איר זאָלט נישט גענענען צו אַ פֿרױ.
16און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג, װי עס איז געװאָרן פֿרימאָרגן, אַזױ זײַנען געװאָרן דונערן און בליצן, און אַ שװערער װאָלקן אױפֿן באַרג, און דער קֹול פֿון שופֿר איז געװען זײער שטאַרק, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין לאַגער האָט געציטערט. 17און משה האָט אַרױסגעפֿירט דאָס פֿאָלק פֿון לאַגער האלֹקים אַנטקעגן, און זײ האָבן זיך געשטעלט אונטערן באַרג. 18און דער באַרג סינַי איז געװען אין גאַנצן אין רױך, פֿון װעגן װאָס ה׳ האָט אַראָפּגענידערט אױף אים מיט פֿײַער; און זײַן רױך איז אױפֿגעגאַנגען אַזױ װי דער רױך פֿון אַ קאַלכאױװן, און דער גאַנצער באַרג האָט זײער געציטערט. 19און דער קֹול פֿון שוֹפֿר איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער; משה האָט גערעדט, און האלֹקים האָט אים געענטפֿערט אױפֿן קֹול. 20און ה׳ האָט אַראָפּגענידערט אױפֿן באַרג סינַי, אױפֿן שפּיץ באַרג, און ה׳ האָט גערופֿן משהן אױפֿן שפּיץ באַרג, און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען. 21און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: נידער אַראָפּ, װאָרן דאָס פֿאָלק; זײ װעלן זיך חלילה דורכרײַסן צו ה׳ צו קוקן, און עס װעלן פֿאַלן פֿון זײ אַ סך. 22און אױך די כֹּהנים װאָס גענענען צו ה׳, זאָלן זיך הײליקן, כּדי ה׳ זאָל נישט מאַכן אַ בראָך צװישן זײ. 23האָט משה געזאָגט צו ה׳: דאָס פֿאָלק קען נישט אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג סינַי, װאָרום דו האָסט דאָך אונדז אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: גרענעץ אָפּ דעם באַרג, און זאָלסט אים הײליקן. 24האָט ה׳ צו אים געזאָגט: גײ נידער אַראָפּ, און זאָלסט אַרױפֿקומען, דו, און אַהרן מיט דיר; אָבער די כֹּהנים און דאָס פֿאָלק זאָלן זיך נישט דורכרײַסן אַרױפֿצוגײן צו ה׳, כּדי ער זאָל נישט מאַכן אַ בראָך צװישן זײ.
25האָט משה אַראָפּגענידערט צום פֿאָלק, און זײ געזאָגט.

Currently Selected:

שְמוֹת יט: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in