YouVersion Logo
Search Icon

שְמוֹת טז

טז
1און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון אֵילִם, און די גאַנצע עדה#16‏.1 די עדה פֿון ה׳, װעלכעס איז די קהלה פֿון דעם לעבעדיקן ג‑ט, דער זײַל און פֿונדאַמענט פונם אמת, װעלכעס די טויערן פֿון שְׁאֹול תחתית װעלן זי נישט בײַקומען; דאָס קהלה, דינענדיק ה׳ און אַלע כתבי הקודש, װעלכעס זענען אינספירירט פֿון ה׳ס גײַסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארױפצופירן אױפֿן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות; כּדי דער מענטש פֿון ג‑ט זאָל זײַן שלמותדיק, פֿעליק צוגעגרײט צו כּלערלײ מעשׂים טובים. פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל איז אָנגעקומען אין מדבר סין װאָס צװישן אֵילִם און צװישן סינַי, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון צװײטן חוֹדש נאָך זײער אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם.
2און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט געמורמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען אין מדבר; 3און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן צו זײ געזאָגט: הלװאַי װאָלטן מיר געשטאָרבן דורך דער האַנט פֿון ה׳ אין לאַנד מִצרַיִם װען מיר זײַנען געזעסן איבערן פֿלײש װען מיר האָבן געגעסן ברױט צו זאַט; װאָרום איר האָט אונדז אַרױסגעבראַכט אין דעם דאָזיקן מדבר, צו טײטן די דאָזיקע גאַנצע אײַנזאַמלונג דורך הונגער.
4האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: זע, איך מאַך אײַך רעגענען ברױט פֿון הימל, און דאָס פֿאָלק װעט אַרױסגײן און קלײַבן איטלעכן טאָג די באַדערפֿעניש פֿון טאָג, כּדי איך זאָל אים פּרוּװן אױב ער װעט גײן אין מײַן תּורה אָדער נישט. 5און עס װעט זײַן, אױפֿן זעקסטן טאָג, אַז זײ װעלן אָפּמעסטן װאָס זײ װעלן אַהײמברענגען, װעט עס זײַן צװײ מאָל אַזױ פֿיל װי זײ קלײַבן אױף טאָגטעגלעך.
6און משה און אַהרן האָבן געזאָגט צו אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: אין אָװנט װעט איר װיסן, אַז ה׳ האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם; 7און אין דער פֿרי װעט איר זען די פּראַכט פֿון ה׳; װאָרום ער האָט צוגעהערט אײַערע מורמלערײַען אַקעגן ה׳. און װאָס זײַנען מיר, װאָס איר מורמלט אַקעגן אונדז? 8און משה האָט געזאָגט: דאָס װעט געשען װען ה׳ װעט אײַך געבן אין אָװנט פֿלײש צום עסן, און אין דער פֿרי ברױט צו זאַט; װאָרום ה׳ האָט געהערט אײַערע מורמלערײַען װאָס איר מורמלט אַקעגן אים; און װאָס זײַנען מיר? נישט אַקעגן אונדז זײַנען אײַערע מורמלערײַען, נײַערט אַקעגן ה׳. 9און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: זאָג צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: גענענט פֿאַר ה׳, װאָרום ער האָט צוגעהערט אײַערע מורמלערײַען.
10און עס איז געװען, װי אַהרן האָט גערעדט צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן זײ זיך אומגעקוקט צום מדבר, ערשט די פּראַכט פֿון ה׳ האָט זיך באַװיזן אין װאָלקן. 11און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 12איך האָב געהערט די מורמלערײַען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. רעד צו זײ אַזױ צו זאָגן: קעגן אָװנט װעט איר עסן פֿלײש, און אין דער פֿרי װעט איר זיך זעטן מיט ברױט, און איר װעט װיסן, אַז איך בין ה׳ אלוקיכם.
13און עס איז געװען אין אָװנט, זײַנען אַרױפֿגעקומען װאַכטלפֿױגלען און האָבן באַדעקט דעם לאַגער; און אין דער פֿרי איז געװען אַ שיכט טױ רונד אַרום לאַגער. 14און אַז די שיכט טױ האָט זיך אױסגעדאַמפּן, ערשט אױפֿן געזיכט פֿון מדבר איז דינס, שופּיקס, דין אַזױ װי פֿראָסט אױף דער ערד. 15און װי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן דאָס געזען, אַזױ האָבן זײ געזאָגט אײנער צום אַנדערן: מָן הוא? װײַל זײ האָבן נישט געװוּסט װאָס דאָס איז. האָט משה צו זײ געזאָגט: דאָס איז דאָס ברױט, װאָס ה׳ האָט אײַך געגעבן צום עסן.
16דאָס איז די זאַך, װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן: קלײַבט דערפֿון איטלעכער לױט זײַן עסן; אַן עוֹמֶר אױף אַ קאָפּ, לױט דער צאָל פֿון אײַערע נפֿשות, איטלעכער פֿאַר די װאָס אין זײַן געצעלט זאָלט איר נעמען.
17און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַזױ געטאָן, און זײ האָבן געקליבן װער פֿיל און װער װינציק. 18און אַז זײ האָבן געמאָסטן מיט אַן עוֹמֶר, האָט דער װאָס האָט געקליבן פֿיל נישט געהאַט איבעריק, און דעם װאָס האָט געקליבן װינציק האָט נישט געפֿעלט; איטלעכער װעדליק זײַן עסן האָבן זײ אױפֿגעקליבן.
19און משה האָט צו זײ געזאָגט: קײנער זאָל דערפֿון נישט איבערלאָזן ביז אין דער פֿרי. 20אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט צו משהן, און לײַט האָבן איבערגעלאָזט דערפֿון ביז אין דער פֿרי, און עס איז געװאָרן װערימדיק, און האָט געשטונקען; און משה האָט געצערנט אױף זײ. 21און זײ האָבן עס געקליבן פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, איטלעכער װעדליק זײַן עסן; און װי די זון איז הײס געװאָרן, אַזױ איז עס צעגאַנגען. 22און עס איז געװען אױפֿן זעקסטן טאָג, האָבן זײ געקליבן צװײ מאָל אַזױ פֿיל ברױט, צװײ עוֹמֶרס פֿאַר איטלעכן; און אַלע פֿירשטן פֿון דער עדה זײַנען געקומען, און האָבן דערצײלט משהן.
23האָט ער צו זײ געזאָגט: דאָס איז װאָס ה׳ האָט גערעדט: אַ רוּונג, אַ הײליקער שבת איז מאָרגן צו ה׳; װאָס איר װילט באַקן באַקט, און װאָס איר װילט קאָכן קאָכט, און אַלץ װאָס בלײַבט איבער, לײגט אײַך אַװעק צו האַלטן ביז אין דער פֿרי. 24האָבן זײ עס אַװעקגעלײגט ביז אין דער פֿרי, אַזױ װי משה האָט באַפֿױלן, און עס האָט נישט געשטונקען, און קײן װערים זײַנען דערין נישט געװען.
25און משה האָט געזאָגט: עסט עס הײַנט, װאָרום הײַנט איז שבת צו ה׳, הײַנט װעט איר עס נישט געפֿינען אױפֿן פֿעלד. 26זעקס טעג זאָלט איר עס קלײַבן, אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג איז שבת, דענצמאָל װעט עס נישט זײַן.
27און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג, זײַנען פֿון פֿאָלק אַרױסגעגאַנגען קלײַבן, אָבער זײ האָבן נישט געפֿונען. 28האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: ביז װאַנען װעט איר נישט װעלן היטן מײַנע געבאָט און מײַנע לערנונגען? 29זעט, אַז ה׳ האָט אײַך געגעבן דעם שבת, גיט ער אײַך דערפֿאַר אין זעקסטן טאָג ברױט אױף צװײ טעג. זיצט איטלעכער בײַ זיך; קײנער זאָל נישט אַרױסגײן פֿון זײַן אָרט אין זיבעטן טאָג.
30און דאָס פֿאָלק האָט גערוט אין זיבעטן טאָג.
31און דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָט גערופֿן דעם נאָמען דערפֿון מַן; און עס איז געװען אַזױ װי קאָריאַנדערזאָמען, װײַס; און דער טעם דערפֿון איז געװען אַזױ װי אַ פּלעצל אױף האָניק.
32און משה האָט געזאָגט: דאָס איז די זאַך װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן: אַן עוֹמֶר-פֿול דערפֿון זאָל זײַן פֿאַר אַ היטונג אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות, כּדי זײ זאָלן זען דאָס ברױט װאָס איך האָב אײַך געגעבן עסן אין דער מדבר, װען איך האָב אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם.
33און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: נעם אַ קרוג, און טו אַהין אַרײַן אַן עוֹמֶר-פֿול מַן, און שטעל עס אַװעק פֿאַר ה׳, פֿאַר אַ היטונג אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות. 34אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָט עס אַהרן אַװעקגעשטעלט פֿאַרן אָרון [הָעֵדוּת],#16‏.34 שְמוֹת 20‏.1‏-2‏; שְמוֹת 5‏.2; שְמוֹת 20‏.3‏-6; דְבָֿרִים 17‏.2‏-7; שְמוֹת 20‏.7‏; וַיִּקְרָא 24‏.15‏-16; שְמוֹת 20‏.8‏-11‏; במִדְבר 15‏.32‏-35; שְמוֹת 20‏.12‏; וַיִּקְרָא 20‏.9; שְמוֹת 20‏.13‏; במִדְבר 35‏.30; שְמוֹת 20‏.14‏; וַיִּקְרָא 20‏.10; שְמוֹת 20‏.15‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; שְמוֹת 20‏.16‏; במִדְבר 16‏.1‏-35; שְמוֹת 20‏.17‏; יְהוֹשועַ 7‏.21; יְשַעְיָה 53‏.11 די בשורת הגאולה איז נישט פֿארשטאַנען. אנשי אַמת טאָן פֿארשטאײן. די עשרת הדברים איז דײַן אַרעסט־באַפֿעל און דער משפּט מות װעט זײַן דײַן פּסק־דין. װאָרום אַלע, װאָס זענען פארלאזן זיך אױף די מעשׂים פֿון דער (מחמיר חומרא) געזעץ (אױף די װערט פֿון תרי״ג זכות), זענען אונטער אַ קללה; װײַל עס שטײט געשריבן: פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער פאַרבלײַבט נישט אין אַלעם, װאָס עס שטײט געשריבן אין דער סֵפֿר תורה, עס צו טאָן. (דְבָֿרִים 27‏.26) ‏ משיח האָט אונדז אױסגעלײזט פֿון דער קללה פֿון דער תורה, װערנדיק אַ קללה פֿאַר אונדזערטװעגן; װײַל עס שטײט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער אײנער, װעלכער הענגט אױף אַ בױם; (דְבָֿרִים 21‏.23) נאָר אַז דורך דער (מחמיר חומרא) געזעץ װערט קײנער נישט גערעכטפערטיקט פֿאַר ה׳ איז באַשײַמפּערלעך קלאר; װײַל; װעט מײַן גערעכטער קנעכט פֿיל גערעכט מאַכן יְשַעְיָה 53‏.11, דער צדיק װעט דורך אמוּנה לעבן; (חֲבַֿקוּק 2‏.4) ‏ זאָלט איר אָפּטאָן דעם אַלטן מענטשן, װעלכער גײט צו גרונט פֿון די פארפירערישע תּאװת, ‏ און באַנײַט װערן אינם גײַסט פֿון אײַער פֿאַרשטאַנד. און זאָלט זיך אָנקלײדן דעם נײַעם מענטשן (תְּהִלִּים 51‏.12), װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן לויט (דעם דמות) אלֹקים אין צדקות און קדושה אין משיח פֿאַר אַ היטונג.
35און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געגעסן דעם מַן פֿערציק יאָר, ביז זײ זײַנען געקומען צו באַװױנטן לאַנד; זײ האָבן געגעסן דעם מַן ביז זײ זײַנען געקומען צום ברעג פֿון לאַנד כּנַעַן. 36און אַן עוֹמֶר דאָס איז אַ צענטל אֵיפֿה.

Currently Selected:

שְמוֹת טז: OYT2023

Highlight

Share

Copy

None

Want to have your highlights saved across all your devices? Sign up or sign in